באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / בעל בית פארום

דער ביטערער אומגליק: וואס זענען די למעשה'דיגע לעקציעס?

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=45

⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 29 תגובות; געראטעוועט 9. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.

אברעמל · 2011-07-13 19:20 · דער ביטערער אומגליק: וואס זענען די למעשה'דיגע לעקציעס?
וואס אן אמת איז דער פורום באשטימט פאר ביזנעס אנגעלעגנהייטן בלבד, אבער היות כ'האב געהאט די זכיה אז אין די היינטיגע ענווייראמענט ווי טפשות און איגנאראנץ ווידמעט אומבאגרעניצט בעיר ובשדה ותחת כל עץ רענן, האב'עך ב"ה געטראפן דא א הייפעלע בעלי דעת, שפיר איך אז כ'מוז זיך דא אויסגעבן את אשר בלבבי.

די נושא נעמליך, איז, דאס וואס בלוטיגט יעדן אין הארצן בנוגע די בשורה רעה וואס מיר האבן געהערט היינט צופריה איבער די שוידערליכע אומקום פין הילד לייב קלעצקי ע"ה, די געשיכטע פאר זיך האט לעת עתה מער פראגעס ווי ענטפערס און עס איז נישט דאס פלאץ דא אריינצוגיין דערין. איך וועל זיך קאנצעטרירן איבער די למעשה'דיגע לעקציעס וואס מיר קענען ארויסנעמען דערפון.

צו אלעם ערשט, ווי פארשטענדליך, איז תשובה ותיקון המעשים. נו, אויף דעם ברויך מען דאך מיר נישט האבן, יעדער ווייסט נגעי לבבו, און ווער נישט זאל מוחל זיין מברר זיין ווי שנעלער, איך בין זיך מתנדב צו העלפן ווער אימער עס נויטיגט זיך אין הילף צו אידענטיפיצירן זיינע שוואכע פונקטן....

איך וויל דן זיין אויפ'ן חלק ההשתדלות, אלץ א טאטע וואס שיקט ב"ה יעדן טאג עטליכע קינדער אין חדר, גאס, פארק, גראסערי, ביהמ"ד וכו', וואס זענען די למעשה'דיגע לעקציעס וואס מען ברויך פון דא ארויסנעמען?

למען האמת וועל איך אייך מיטטיילן אז די גאנצע נושא איז ביי מיר לכאורה נאר הילכתא למשיחא, ווארום מען האט מיר שוין איינגעמאלדן היינט אין שטוב אז מהיום והלאה וועט מען מער נישט שיקן די קינדער אליין קיין ד' אמות... די פראגע איז אבער צו האלט דאס אויס אין פרינציפ, און יושר, ועל כולם אין פראקטיק.

צו שמעלער מאכן די פראגע, וועל איך עס מנסח זיין ווי פאלגענד: ביי וועלכן עלטער, און אויף וועלכן אופן, מעג מען און מען דארף אנהייבן געבן פרייהייט פאר קינדער?

טאמער איז דער דיון פון וועלכן עלטער א קינד איז שוין פעהיג און רייף אהיימצושפאצירן עטליכע באקאנטע היימישע געסלעך, איז דער ענטפער זייער קלאר: א אכט - ניין יעריג קינד איז בהחלט קעיפעבל פאר אזא שפאציר.

עס איך אויך קלאר אז קיינער וואס טרעפט אן אזא קינד אינמיטן גאס, האט נישט די רעכטן נישט עפ"י דין תורה, און נישט עפ"י דינא דמלכותא אים אנצורירן כמלוא נימא.

פון די אנדערע זייט איז אבער אויך זייער קלאר אז עס זענען דא אזוינע וואס רעכענען זיך נישט מיט אונזער לאגיק, און נישט קיין נפק"מ צו איר האט געטוהן א אויסגעהאלטענע שריט מיט'ן לאזן אייער קינד גיין אליין אדער נישט, זענען זיי ליידער דא אויף דאס ארגסטע.

אלא מאי, מיר וועלן אייך נאכגעבן, אז מען טאר נישט לאזן א קינד גיין אליין אין אזא יונגן עלטער. אבער וואס טוט זיך מיט א צעהן יעריג יונגל, וואלט ער זיך דען יא געקענט פארטיידיגן אין אזא פאל? מסתמא אויך נישט. און א צוועלף יעריג'ס? אויך נישט זיכער.

אשר על כן, טאמער ווילט איר וועגן דעם בויען מסקנות אז מען לאזט נישט קיין קינדער גיין אויף די גאס, און מען גיבט זיי נישט די מינדענסטע אומאפהענגיקייט, ביז ווילאנג זיי זענען פיזיש און גייסטיש גרייט צו קאנפראנטירן שלעכטס, דאן וועלן מיר האבן חלילה א געדעמעזדשטע סאסייעטי וואס האט נישט באקומען די געלעגנהייט זיך צו שטעלן אויף די איייגענע פיס.

איינער פין עלטערן'ס עיקר ריספאנסיביליטיס איז, אוועקצושטעלן די קינדער אלץ געזונטע אומאפהענגיקע מענטשן, וואס קענען זיך אליינס זארגן פאר זייער וואילזיין, און דאס איז א לאנג דויערנדער פראצעס וואס בויעט זיך אויס צוביסלעך דורכ'ן באקומען מער און מער אומאפהענגיקייט במשך די קינדערישע יארן.

און אדאתאן להכי, לאמיר עס פעיסן: ערוואקסענע קענען זיך אויך נישט תמיד א עצה געבן מיט רויבער, מערדער, און באוואפנטע גענגסטערס. שלעכטס איז א אומאפטיילבארע באשטאנדטייל פין סאסייעטי, און ליידער איז צופיל מאל ידם על העליונה.

צו דעם קומען צו נאך צוויי פאקטארן וואס מאכן כמעט אוממעגליך אזא סארט שטייפע קאנטראל פון עלטערן אויף קינדער 1) פון איין זייט איז אזא שטרענגע אומאויפהערבארע קאנטראל אויף קינדער, פראקטיש אוממעגליך אויסצופירן פאר א קינדער געבענטשטע פאמיליע בליע"ה.

2) ומאידך גיסא, זענען נאך אלץ די סארט אומגליקן אן עקסטרעמע מינדערהייט ב"ה. איך מיין אז ביי אונזער עולם איז דאס די ערשטע פון דעם סארט, זייט מיר זענען אין אמעריקע. (קארעקט מי איף איי עם ראנג)

מיין החלטה איז אלזא, (פארשטייט זיך אן צו נעמען אחריות אויף קיינעם) אזזוי ווי חז"ל זאגן 'עולם כמנהגו נוהג, ושוטים שקלקלו עתידים ליתן את הדין' מען קען נישט און מען טאר נישט זיך פארביטערן דאס לעבן, במקום ווי עס איז דא א כמעט נישט עקזיסטירנדע חשש סכנה. אויב כפי המקום והזמן קוקט אויס ווי א שכל'דיגע זאך צו געטרויען דעם קינד מיט א שפאציר אין גראסערי ברויך מען זיך נישט אפהאלטן דערפון, ושומר פתאים ה'.

ובכן, אננעמענדיג אז לייבי ע"ה'ס עלטערן האבן געטוהן א הונדערט פארצענטיגע אויסעהאלטענע שריט מיט'ן ערלויבן אים אליין אהיימשפאצירן פון חדר. לאמיר טראכטן וועלכע פרט פון די מעשה וואלט מען ווען געקענט טוישן, כדי צו פארמיידן דעם אומגליק? (פארשטייט זיך אז מיר רעדן אויף לעתיד, ווייל את שנעשה בגזירת הבורא ב"ה אין להשיב, און עס איז אודאי געווען באשערט פון הימל און א פארבארגענע טובה וואס מיר קענען נישט משיג זיין)

לדעתי, אלמלי העט מען ווען אויסגעלערנט דאס קינד וויאזוי צוהאנדלען אין פאל פין א עמערזשענסי וואלט עס נישט צוגעקומען דערצו.

וויאזוי האנדלט מען אין פאל פון עמערזשענסי?

איך מיין אז צו אלעם ערשטן דארפן קינדער קענען זייער היים טעלעפאן נומער, און עלטערן דארפן אלץ האבן אויסשטאפירט דאס קינד מיט א קוואדער אדער פופציג סענט צו קענען מאכן א פאון קאל אין פאל פין אן עמערשענסי.(ברם יזכרו לטוב מיינע חשוב'ע עלטערן הי"ו וואס פלעגן מיר אלץ מיטגעבן א קוואדער אין טאש צו קענען אהיימרופן אין פאל פין עמערשדענסי) אלמלי לייבי וואלט זיך ווען געקענט פארבינדן מיט 'עניבאדי' בשעת'ן בלאנדשענען וואלט זיך די מעשה אויסגעלאזט גאר אנדערש.

והשנית, נישט אלץ האט א קינד א קוואדער וכדומה, ברויך מען אויסצולערנען קינדער אז אין יעדן פאל ווען זיי שפירן זיך נישט סעיף זאלן זיי אויפהייבן א פאבליק פאון און דיילן 911!! מיר האבן א איינגעגעסענע שרעק פין די באהערדע, און עס איז אפילו א בארעכטיגטע. אבער ווען לייבי וואלט ווען דינסטאג נאכמיטאג געקאלט 911 פאר הילף, אנשטאט אפשטעלן דעם מאנסטער פאר דירעקציעס, וואלטן אפשר זיינע עלטערן געהאט אויסצושטיין צרות צרורות פין די סאושעל וואורקערס, נאכפאלגנדיג מיט געריכטליכע קלאגעס פאר די קומענדיגע יאר צייט, אבער דאס קינד וואלט נאך ווען געווען בתוכינו.

און איך בין נאכאמאל מדגיש אז איך נוץ לייבי'ן פאר אילוסטרעיטינג פוירפעסעס אונלי, לייבי האט ליידער געדארפט אוועקגיין פין דער וועלט אויף א ברוטאלן טראגישן אופן, און עס וואלט פאסירט סיי וויאזוי מיר וואלטן נאר געדרייט דעם בילד, נסתרים דרכי ה', הצור תמים פעלו וכל דרכיו משפט, א-ל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-13-11 11:07 PM דורך אברעמל .)
שמעלקא · 2011-07-14 11:39 · RE: דער ביטערער אומגליק: וואס זענען די למעשה'דיגע לעקציעס?
אוי ווי גערעכט. אבער עטליכע נקודות - א פאבליק פאון? לייבי האט מסתמא ניטאמאל געוואוסט וואס דאס איז.. קוים וואס מיר אליין געדענקען נאך... הצלה מוז זיך בעטן ביי די גבאים אין די בתי מדרשים אז אויף שבת ויו"ט - בעת דער ציבור האט נישט די סעלפאונס ביי זיך - זאל זיין א פאבליק טעלעפאן צו קענען רופן הילף ווען נויטיג.

זייענדיג נעכטן ביי די הארצרייסענדע לוי', האב איך שטארק הנאה געהאט פון דעם אויספיר פון לייבי'ס רב, הרב אייזענבערגער: די עלטערן זאלן זיך נישט שפירן שלעכט. זיי האבן גארנישט געטון אומריכטיג. ווען השי"ת וויל, קען ער צונעמען די נשמה אפילו זייענדיג אין דיינונג רום צווישן די עלטערן, און דאס איז וואס מיר דארפן געדענקען. אודאי דארפן מיר טון אונזער השתדלות, אבער אפילו הונדערט קוואדערס וועט נישט העלפן אקעגן דעם רצון ה'. אין עצה ואין תבונה.

מיר זענען אין גלות. מיר דארפן תשובה ותיקון המעשים, סיי ביי אדם למקום (בעיקר עניני קדושה און טעכנאלאגיע), און סיי בין אדם לחבירו (אחדות, שלום), ווי עס איז מערערע מאל ארויסגעברענגט געווארן ביי די לוי'. (אלס ביזנעס אויס, קען מען מוסיף זיין מען זאל ארבעטן ערליכער, אן קיין חששות גזילה וגניבה, און די באציאונגען צווישן בעה"ב און ארבייטער זאל ווערן בעסער, מיט אהבה ואחוה ושלו' ורעות). מיר ווייסן דאס אלע אליין. לב יודע מרת נפשו. און מיר דארפן אויך מער מתפלל זיין שלא ישמע עוד שוד ושבר, אלס בעסער מתפלל זיין בעפאר דעם אומגליק, ווי איידער נאכן גזר דין, וואס איז שוין פיל שווערער.

מיר קענען נישט ווארטן ווען די אלע פארלוירענע וועלן אויפשטיין תחיית המתים, אז ימלא שחוק פינו, און מיר וועלן פארשטיין די טובה פון די גזירה, און לויבן און דאנקען השי"ת פאר אלעם וואס ער טוט מיט אונז טאג טעגליך. אזוי אויך קען עס אונז א שאקל טאן אז מיר זאלן זיך נישט אפרעדן אויף אונזערע פארהאלטניסמעסיג "קליינע" פראבלעמען, און דאנקען הקב"ה אויף אלע נסים און טובות שבכל יום עמנו, אז אונזערע קינדערלעך קומען אהיים פון ת"ת / סקול געזונט און פריש און מיר קענען שעפן נחת פון זיי.

זאל דער הרופא לשבורי לב אויסהיילן און טרייסטן אלע צובראכענע הערצער מיט א נחמה גמורה, און מען שוין זוכה זיין צו הערן בלויז גוטע בשורות. אמן.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-14-11 11:40 AM דורך שמעלקא .)
אברעמל · 2011-07-14 14:13 · RE: דער ביטערער אומגליק: וואס זענען די למעשה'דיגע לעקציעס?
די ביסט אפשר גערעכט אז א פאבליק פאון איז נישט די לעזונג. אדרבה, אפשר קומסטו אויף מיט עפעס אנדערש.

מיין פוינט איז, מיר קענען נישט פארמיידן קיין אומגעוואונטשענע סינעריאס פון פאסירן, מיר דארפן זיך ענדערש קאנצעטרירן אין טרעפן א וועג ארויס וויאזוי צו האנדלען אין פאל פון עמערדזשענסי.
Luzer Mendel · 2011-07-14 15:19 · RE: דער ביטערער אומגליק: וואס זענען די למעשה'דיגע לעקציעס?
(07-14-11 02:56 PM)אנאנים האט געשריבן:  אז מען זאל אנזאגן פאר קינדער, אז אויב דארף מען אמאל הילף פון א פרעמדע מענטש, ווען מען איז פארלוירן וכדומה, זאל מען בעטן נאר פון א פרוי.

איך האלט אז עס איז א געוואלדיגע עצה, איך האב עס נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיין שום עקספערט.

געוואלדיג!
Shmaye · 2011-07-14 15:46 · RE: דער ביטערער אומגליק: וואס זענען די למעשה'דיגע לעקציעס?
(07-14-11 02:56 PM)אנאנים האט געשריבן:  אברמעל, זייער גוט געשריבן און זיער שכל'דיגע מסקנות.

מיין אידענע איז אויפגעקומען מיט א זייער שכל'דיגע לעקציע אויף למעשה.
אז מען זאל אנזאגן פאר קינדער, אז אויב דארף מען אמאל הילף פון א פרעמדע מענטש, ווען מען איז פארלוירן וכדומה, זאל מען בעטן נאר פון א פרוי.

איך האלט אז עס איז א געוואלדיגע עצה, איך האב עס נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיין שום עקספערט.

"We tell our kids, if they get lost in the park or on the street, look for a Mommy with kids," she added.

Source:

http://today.msnbc.msn.com/id/43753889/n...nd_family/
See also:

http://www.nydailynews.com/lifestyle/201...stree.html
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-14-11 03:47 PM דורך Shmaye .)
Luzer Mendel · 2011-07-14 16:52 · RE: דער ביטערער אומגליק: וואס זענען די למעשה'דיגע לעקציעס?
בכלליות איז אברהמעל זייער גערעכט מיט זיין נקודה אז
"עולם כמנהגו נוהג, ושוטים שקלקלו עתידין ליתן את הדין".

איך זע נישט קיין שום ממשותדיגע זאך וויאזוי צו פארהיטן אזא זאך.

צו זאגן אז קינדער פון ניין יאר זאלן נישט וואקן אליין איז נישט שכל'דיג און נישט אויספירבאר.

נאך די אלע עקסידענט טראגעדיעס, איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו פארשלאגן אז מען זאל מער נישט ניצן קיין קארס.

כאטש ליידער אין די לעצטע צען יאר איז עקסידענטס ספעציעל זומער, ממש א מגפה. השם ישמרנו ויצלנו.
צום זאך · 2011-07-14 17:59 · RE: דער ביטערער אומגליק: וואס זענען די למעשה'דיגע לעקציעס?
איך זעה נישט פארוואס אין די היינטיגע טעכנילאגיע-פארגעשריטענע וועלט זאל נישט יעדעס קינד קענען פארמאגן מיט זיך א קליינער סעלפאון וואס קען רופן בלויז אהיים און 911.

עס וואלט אפילו געמעגט האבן GPS טעכנעלאגיע אין זיך צו קענען טרעקן דאס קינד אין פאל ער איז פארלוירן. אז מיין סעלפאון האט פארוואס זאל יענס נישט האבן.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-14-11 06:00 PM דורך צום זאך .)
Shmaye · 2011-07-14 18:20 · RE: דער ביטערער אומגליק: וואס זענען די למעשה'דיגע לעקציעס?
(07-14-11 05:59 PM)צום זאך האט געשריבן:  איך זעה נישט פארוואס אין די היינטיגע טעכנילאגיע-פארגעשריטענע וועלט זאל נישט יעדעס קינד קענען פארמאגן מיט זיך א קליינער סעלפאון וואס קען רופן בלויז אהיים און 911.

עס וואלט אפילו געמעגט האבן GPS טעכנעלאגיע אין זיך צו קענען טרעקן דאס קינד אין פאל ער איז פארלוירן. אז מיין סעלפאון האט פארוואס זאל יענס נישט האבן.

http://leibyphones.blogspot.com/2011/07/...l?spref=tw
שמעלקא · 2011-07-14 18:31 · RE: דער ביטערער אומגליק: וואס זענען די למעשה'דיגע לעקציעס?
צום זאך,

הגם ס'איז אמת, אבער מיר ווייסן פון די אנדערע זייט אז סעלפאונס, ווי כשר עס זאל נישט זיין, וועט מען עס נישט צולאזן. אין אונזערע מוסדות וועט קיינמאל (?) נישט זיין אזא זאך מען זאל אריינלאזן קינדער מיט סעלפאנ'ס. אפילו כשר'ע. אפגערעדט אז מען וועט זיך ארומקריגן דערויף, עס וועט זיך יעדן טאג פארלירן, צוברעכן, א.א.וו.

ביי די גוי'אישע וועלט להבדיל, פירט מען זיך שוין מיט די עצה, און די עלטערן קענען דורך "פערענטעל קאנטראלס" אנשטעלן וועלכע נומבערס דאס קינד זאל יא אדער נישט קענען רופן (למשל נישט קיין האטליינס וכדו'), און אזוי אויך איז אריינגעבויעט א GPS אז די עלטערן זאלן שטענדיג קענען טרעקן און וויסן וואו דאס קינד געפינט זיך. (איר קענט זיכער זיין אז ס'רוב קינדער שפילן אויס די עלטערן פון פריערדיגן דור, און ערגעץ האבן זיי אן אקאונט אויף פעיסבוק, און טוויטן ארום דא און דארטן, זיי האבן דאך אלע היינט אי.מעיל'ס און טעקסט, אבער דאס איז שוין א באזונדערע נושא).

מען קען אויך חייש זיין אז א באנדיט וועט דאס צוכאפן אדער גענצליך פארלעשן נאך איידער א קינד האט די מעגליכקייט צו רופן, ווי באקאנט אז פילע פארברעכער ווארענען די אנוועזנדע אז קיינער זאל נישט וואגן צו רעדן אויפן טעלעפאן בשעת זיי פירן אדורך דעם פארברעכן.

אפשר איז די איינציגסטע עצה אריינצובויען אזעלכע פיצעלע טרעקינג קאמפיוטער טשיפס אין אלע קליידער פון די קינדער... אדער אין די שיך... היינט קען מען דאך שוין אריינלייגן אזוינס אינעם מענטש, מערערע מענטשן האבן דאס שוין געטון, עס איז פיצל, קלענער ווי א שטיקל רייז, און מען שפירט קוים אז מען טראגט עס.

אבער נאכאמאל דארפן מיר איבער'חזר'ן, ס'איז אלעס גוטע אינטערעסאנטע שפעקולאציעס. מיר דארפן טאקע טון אונזערס, אבער אין חכמה ואין תבבונה אנטקעגן דעם רצון ה'.