באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / בעל בית פארום

מציאות אנליין

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=43

Luzer Mendel · 2011-07-11 16:02 · מציאות אנליין
לאמיר דא מעלדן מציאות וואס מען טרעפט זיך אן אויף די אינטערוועלט, אנטשולדיגט אינטערנעט, און מהנה זיין אידישע ברודער.

(איך גיי נישט אריין אין די שאלה פון קויפן ביי א איד אפילו פאר טייערער, טוט עס אויף די אייגענע אחריות)


א גוטע האלטער פאר די לעפטאפ, עס איז אסאך גרינגער צו טייפען אויף א דעסק, מען קען עזזשאסטן די הויך פון די סקרין, און עס קילט עס אפ אויף, וואס איז זייער געזונט פארן לעפטאפ.
19 דאלער אנשטאט 60
40 דאלער ביליגער!
FREE SHIPPING

NO TAX IN NEW YORK

[בילד: [Image: 34-994-097-Z01?$S300W$]]
http://www.newegg.com/Product/Product.as...6834994097
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-11-11 06:30 PM דורך Luzer Mendel .)
שמעלקא · 2011-07-11 17:28 · RE: טעגליכע מציאות
ייש"כ לאזער מענדל (כ'מין נישט צו זאגן אז דו ביסט א "לאזער" ח"ו, עס איז מיר פשוט גרינגער צו שרייבן דעם ל' בעפאר'ן א', און דעם ז' בעפאר'ן ע'. עס לייענט זיך בעסער אויף אידיש... אויב וואלט איך יא געמיינט לאזער כפשוטו, העט איך געשריבן מיט א ו' כזה: "לוזער".)

עכ"פ נחזור לענינינו. ווען דו זאגסט "טעגליכע מציאות" מיינסטו צו זאגן אז "היינט איז פורים, מארגן איז אויס", אדער מהיום והלאה וועט די טעגליכע מציאה זיין טאג-טעגליך?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-11-11 05:30 PM דורך שמעלקא .)
אברעמל · 2011-07-11 17:36 · RE: טעגליכע מציאות
אזוי ווי די יעצטיגע ווערטער קלאפ איך אויף א לעפטאפ, וואלט איך געקענט באשטיין ארויסצוהאבן עפעס מער פרטים פון די היינטיגע מציאה.
קענסט אפשר מסביר זיין פונקטליך וואס מען טוהט מיט די מציאה? און וויאזוי עס ארבעט?
שמעלקא · 2011-07-11 17:40 · RE: טעגליכע מציאות
אברעמל, אז דו קליקסט אויפן לינק הנ"ל איז ער דאך אזוי שיין מסביר, ממש עס פעלט נישט אויס קיין קאמענטארן.. (אחוץ אויב קענסטו נישט קיין ענגליש?..)
Shmaye · 2011-07-11 18:25 · RE: טעגליכע מציאות
[quote='Luzer Mendel' pid='394' dateline='1310414566']
לאמיר דא מעלדן מציאות וואס מען טרעפט זיך אן אויף די אינטערוועלט, אנטשולדיגט אינטערנעט, און מהנה זיין אידישע ברודער.



http://www.dodtracker.com/daily-deals/
Luzer Mendel · 2011-07-11 18:32 · RE: מציאות אנליין
(07-11-11 05:28 PM)שמעלקא האט געשריבן:  עכ"פ נחזור לענינינו. ווען דו זאגסט "טעגליכע מציאות" מיינסטו צו זאגן אז "היינט איז פורים, מארגן איז אויס", אדער מהיום והלאה וועט די טעגליכע מציאה זיין טאג-טעגליך?

גערעכט, געטוישט דעם קעפל. געמיינט האביך אזוי ווי היינטיגע מציאות, ווייל א גרויס חלק מציאות אנליין איז בלויז פאר א טאג, וכל הקודם זכה.
אברעמל · 2011-07-11 22:09 · RE: מציאות אנליין
שמעלקא וחבריו, וואס איז מיט אייך, איך קליק על הלינק הנ"ל און עס איז געבלאקט דורך זשעי נעט, איך שטעל מיך פאר אז דאס איז נישט קיין טרייפענע סייט, אבער מיינט דאס אז קיינער פון אייך האט נישט קיין זשעי נעט? בין איך דא טאקע דער צדיק בסדום????
שמעלקא · 2011-07-12 11:38 · RE: מציאות אנליין
וועלכע קליקסטו, NEWEGG? דאס ארבעט ביי מיר, די אנדערע דערווייל נישט.
זרח · 2011-07-12 11:56 · RE: מציאות אנליין
איך האב דזשעי נעט און ביידע לינקס ארבייטן
Luzer Mendel · 2011-07-17 17:39 · RE: מציאות אנליין
[Image: 28-112-191-TS?$S300W$]
לעזער פרינטער פאר
$64

געווענליך איז עס $120

איך האב נאך נישט באגעגנט אזא ביליגע פרייז פאר א לעזער פרינטער
פרי שיפפינג

http://www.newegg.com/Product/Product.as...6828112191
אברעמל · 2011-07-17 18:12 · RE: מציאות אנליין
אז מען רעדט שוין פון מציאות אנליין, ווילעך מיטטיילן דעם עולם אז כ'האב געקויפט א פרינטער ביי א היימישן סוחר וואס כ'האב נישט געטראפן אזא גוטן פרייז אין ערגעץ נישט אויף דער שפין געוועב!!!!! נעמליך א בראדער מולטי פאנקשען 7340 פאר צוויי מאות אינקלאדעד דעליווערי.
מצוה לפרסם אז ביינונזערע יודישע ברודער קענעמען צומאל נאך טרעפן דאס בעסטע.
זלמן · 2011-07-17 18:23 · RE: מציאות אנליין
אז מען רעדט שוין
עס זענען דא היימישע וועבזייטליך פאר מציאות
איך האב דא איינס
ער ספעצעלירט זיך מיט מציאות וואס היימישע קענען ניצן
אין ער וועט נישט פאוסטן קיין מציאות וואס א איד קען נישט אין טאר נישט ניצן
(נישט אז איך נעם אחריות אז אלעס וואס ער פאוסט איז מותר)
אבער מען קען שטיצן א היימישע איד אין קויפן מציאות
זיין סייט הייסט ''גאליציאנע'' ע''ש וואס די פולישע אידן בכלל אין די גאליציאנע בפרט זענען זייער קארג אין זיכן מציאות......
אין ווערט געפירט דורך א גאליציאנער אידל

http://galitziana.com/blackfriday/

ער האט גראדע א שטיקל חיסרון אז ער נעמט נישט אראפ די מציאה ווען עס עקספייערט
ע''כ דארפט איר זיכער מאכען אז די מציאות איז נאך אויפן מציאה פרייז
(07-11-11 10:09 PM)אברעמל האט געשריבן:  שמעלקא וחבריו, וואס איז מיט אייך, איך קליק על הלינק הנ"ל און עס איז געבלאקט דורך זשעי נעט, איך שטעל מיך פאר אז דאס איז נישט קיין טרייפענע סייט, אבער מיינט דאס אז קיינער פון אייך האט נישט קיין זשעי נעט? בין איך דא טאקע דער צדיק בסדום????

חס ושלום
איך ווייס נישט אויב ס'נאך דא היינט רעדענדיגע אידן וואס האבען נישט קיין פילטער
אויב ווייס איך פין א איד וואס האט נישט קיין פילטער וואלט איך נישט דעם איד נישט געטרויעט מיט גארנישט
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-17-11 06:29 PM דורך זלמן .)
ישעי · 2011-07-17 21:25 · RE: מציאות אנליין
(07-17-11 06:12 PM)אברעמל האט געשריבן:  אז מען רעדט שוין פון מציאות אנליין, ווילעך מיטטיילן דעם עולם אז כ'האב געקויפט א פרינטער ביי א היימישן סוחר וואס כ'האב נישט געטראפן אזא גוטן פרייז אין ערגעץ נישט אויף דער שפין געוועב!!!!! נעמליך א בראדער מולטי פאנקשען 7340 פאר צוויי מאות אינקלאדעד דעליווערי.
מצוה לפרסם אז ביינונזערע יודישע ברודער קענעמען צומאל נאך טרעפן דאס בעסטע.

אפשר זאגסטו די נאמען פון די סייט? מזכה צו זיין א פאר אידען
בן בית · 2011-09-12 10:56 · מציאות אנליין
ווערייזן בלעק טשערי כמעט אומזוסט
עמעזאן
new $63.99
used $23.98
refurbished $39.98

אין צוגאב קען מען נאך באקומען א 30$ אראפ מיט קאופאנס און אויך איזעס פרי שיפינג
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-12-11 11:01 AM דורך בן בית .)
Yoel · 2011-09-12 11:12 · RE: מציאות אנליין
כ'וואלט קיינעם נישט געראטן צו קויפן דעם טעלעפאן.
בן בית · 2011-09-12 11:32 · RE: מציאות אנליין
פארוואס?
כ'האב שוין שיעור נישט געקויפט
ס'ליגט יעצט אין מייין קארט...
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-12-11 11:33 AM דורך בן בית .)
Admin · 2011-09-14 15:31 · RE: מציאות אנליין
גוטע העד פאונס

מציאה בלויז היינט, ווילאנג עס איז דא (עס גייט אויס געווענליך זייער שנעל)

פאר 15 דאלער, פרי שיפפינג

רעגולער 35$

http://www.newegg.com/Product/Product.as...6826106455
גאסט · 2011-09-14 15:42 · RE: מציאות אנליין
אויף עמעזאל זעה איך עס פאר 19.32 רעגולער פרייז
http://www.amazon.com/Sennheiser-HD-202-...B003LPTAYI
Luzer Mendel · 2011-09-26 17:51 · RE: מציאות אנליין
איך זוך שוין א שעה אנליין א טעיפרעקארדער מיט סי די.

ענדליך האמער דאס געטראפן.

http://www.newegg.com/Product/Product.as...6882136161

בלויז 34 דאלער, אן קיין טעקס און אן קיין שיפינג.

עס קוקט מיר אויס ווי א גוטע פרייז און א גוטע זאך.
דוד · 2011-09-26 18:11 · RE: מציאות אנליין
(09-26-11 05:51 PM)Luzer Mendel האט געשריבן:  איך זוך שוין א שעה אנליין א טעיפרעקארדער מיט סי די.

ענדליך האמער דאס געטראפן.

http://www.newegg.com/Product/Product.as...6882136161

בלויז 34 דאלער, אן קיין טעקס און אן קיין שיפינג.

עס קוקט מיר אויס ווי א גוטע פרייז און א גוטע זאך.

נעם אין באטראכט אז היינט מאכט מען שוין נישט די "אלטמאדישע זאכן", איז טאמער די טעיפ ריקארדער צוברעכט זיך (אפילו אויב די האסט א ווארענטי) קענסטו רעדן צום וואנט!
זרח · 2011-09-27 10:57 · RE: מציאות אנליין
איך האב געקויפט דא
איך בין זייער צופרידן דערמיט עס ארבייט טעיפ סידי עמפרי 3 און יו עעס בי
יו עס בי מיין איך אז נישט יעדע טעיפ ריקארדער האט
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-27-11 10:59 AM דורך זרח .)
Luzer Mendel · 2011-10-26 17:00 · RE: מציאות אנליין
גרויסע מציאה!! נאר היינט!!

[Image: promo._V164886280_.png]

פאר ענדראויד אייגענטומער,
א פרייע אפיס פראגראם, קאסט געווענליך פופצען דאללער, היינט איז עס אומזינסט!!

OfficeSuite Pro 5
http://www.amazon.com/gp/product/B0051UP5NQ
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 10-26-11 05:01 PM דורך Luzer Mendel .)
מנחם · 2011-11-02 15:36 · RE: מציאות אנליין
אן ערענסטע מציאה
TOSHIBA THRIVE 16GB FOR 299.99

http://www.groupon.com/deals/gg-toshiba-...ach-camera

BTW אויב איך האב נישט קיין מיסטעיק איז BeachCamera א איד
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-02-11 03:39 PM דורך מנחם .)
זרח · 2011-11-03 11:30 · RE: מציאות אנליין
שמעלקא · 2011-11-03 12:50 · RE: מציאות אנליין
זרח עס לינקט צו עפעס א געים-באקס.

וואס איז פשט?
זרח · 2011-11-03 12:57 · RE: מציאות אנליין
עס גייט נישט צו איבעי?
שמעלקא · 2011-11-03 14:51 · RE: מציאות אנליין
יא. צו אי.בעי. אבער עס ברענגט צו א געים באקס אויף אי.בעי.

וועלכע אייטעם איז דאס?

עס וואלט געווען א גוטע עצה אז די אלע וואס שרייבן לינקס צו סייטס זאלן שרייבן א קורצע דעסקריפשאן וועלכע אייטעם די לינק גייט מיר אויפברענגען. נישט אלעס איז פאר יעדן אינטערעסאנט.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-03-11 04:19 PM דורך שמעלקא .)
Luzer Mendel · 2011-11-10 16:42 · RE: מציאות אנליין
16 גיגאבייט פון מעמארי פאר בלויז 65
נאר היינט

http://www.newegg.com/Product/Product.as...6820233203

[Image: 20-233-203-TS?$S300W$]
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-10-11 04:42 PM דורך Luzer Mendel .)
שמעלקא · 2011-11-10 16:45 · RE: מציאות אנליין
רוב קאמפיוטערס דארף נישט, און קען ניטאמאל פארנעמען אזויפיל מעמארי. (מען דארף האבן א 64-ביט אפערעטיגג סיסטעם פאר מער ווי 3.5 ג"ב מעמארי, אנדערש טוט עס די קאמפיוטער נישט רעקאגנייזן).

8 ג"ב איז איבער גענוג פאר 99% מענטשן.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-10-11 04:45 PM דורך שמעלקא .)
Luzer Mendel · 2011-11-10 16:49 · RE: מציאות אנליין
רוב קאמפיוטערס זענען היינט 64 ביט
עס איז אמת אבער אז רוב מענטשן דארפן נישט,
אבער די פרייז איז נישט טייערער פון 8 ג"ב סייווי
שמעלקא · 2011-11-10 19:38 · RE: מציאות אנליין
(11-10-11 04:49 PM)Luzer Mendel האט געשריבן:  רוב קאמפיוטערס זענען היינט 64 ביט

מיינסט צו זאגן רוב "נייע" קאמפיוטערס, געקויפט אין די לעצטע יאר-צוויי.

בעפאר דעם איז נאך אלעס 32-ביט.
מנחם · 2011-11-10 21:20 · RE: מציאות אנליין
צו האט איינער געהאט פראבלעמס צו דאונלאדן פון קול הלשון מיט א קאמפיוטער windows 64-bit?
Shmaye · 2011-11-11 10:53 · RE: מציאות אנליין
Never had a problem with it on my windows 7 64-bit

BTW, kol Halashon Has a wonderfull app for Android OS, And as long Android supports flash you don't even need to download the file

https://market.android.com/details?id=co...glish=True
מנחם · 2011-11-11 11:35 · RE: מציאות אנליין
יא די קול הלשון אפפ איז עפעס מעכטיג, איך ניץ עס זייער אסאך, גרינג צו טרעפן שיעורים, דארף נישט דאונלאודן, קליינע פיילס, ד.מ. נעמט שנעל צו לאודען, עפעס מורא'דיג.
Shmaye · 2011-11-11 11:47 · RE: מציאות אנליין
I wouldn't mind if you can share and discuss with the members over here about useful apps you use and having good experience with

Of course in a separate Eshkol) 1)
זרח · 2011-11-14 12:13 · RE: מציאות אנליין
יעצט אויף איבעי ביז היינט נאכמיטאג!!! דידזשיטעל קעמרא פאר $130 ביליגער!!!


http://deals.ebay.com/5000057200_Sony_Cy...3191622809
42%OFF

Acer Iconia A500 10in 16GB Android Tablet - Refurb


Price: $259.00
MSRP: $449.00
You save: $190.00 | 42%
Shipping: FREE
Condition: Manufacturer refurbished


נאר היינט!!!

http://deals.ebay.com/5000057190_Acer_Ic...9544595575
66%OFF

Sprint HTC EVO 4G Android WiFi Camera Cell Phone
Price: $169.95
MSRP: $499.99
You save: $330.04 | 66%
Shipping: FREE
Condition: Manufacturer refurbished
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-14-11 12:15 PM דורך זרח .)
מנחם · 2011-11-17 12:08 · RE: מציאות אנליין
איך ווייס נישט ווי די נייעס באלאנגט, איך מיין אז דא איז די בעסטע פלאץ

איך האב באמערקט אז איבעי האט איבערגעמאכט און צוגעלייגט אסאך פיעטשערס,

איינע פון דיע איז, אז ווען מ'זוכט א געוויסע אייטעם קען מען גלייך קאמפעירן דורך די טעבס צווישן NEW - USED - LOCATION- און נאך,

נאכאיינס, זיין האבן צוגעלייגט די אפשען פון ADD TO CART וואס איז זייער באקוועם, אמאל האסטו געדאפט עקסטער קויפן און ארויסטשעקן יעדן אייטעם, יעצט קענסטו עס אריינלייגן און קארט און ארויסטשעקן אלע אויפאמאל, אפילו פון מאלטיפל ווענדארס. זייער א גוטע פיעטשער.

צו האט איר אויך באמערקט די זאכן?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-17-11 12:09 PM דורך מנחם .)
בן בית · 2011-11-17 12:18 · RE: מציאות אנליין
יא


------------------
(פארוואס מיז זיין כאטש פונעף אותיות אין א תגובה?)
זרח · 2011-11-17 12:42 · RE: מציאות אנליין
60%OFF

Android 2.2 Netbook Laptop 4GB
Price: $159.99
MSRP: $399.99
You save: $240.00 | 60%
Shipping: FREE
Condition: New

http://deals.ebay.com/?_trksid=p5197.m1256
Luzer Mendel · 2011-11-21 16:02 · RE: מציאות אנליין
א גוטע אפיס אלטערנעטיוו עפפ פאר אנדרואיד, קאסט רעגולער $15
היינט בחנם!

http://www.amazon.com/gp/product/B004SDS...f=mas_faad
Luzer Mendel · 2011-11-22 19:25 · RE: מציאות אנליין
די בעסטע אנטי וויירוס , פינטל!
נארטאן
פאר בלויז 10 דאלער, רעגולער פרייז, $40

[Image: 32-408-371-02.jpg]
http://www.newegg.com/Product/Product.as...6832408371

_________________________________________________________________


קארעל פעינט-שאפ
בלויז $40
(רעגולער פרייז $80 )
אינגאנצן בחנם נאך א ריבעיט
http://www.newegg.com/Product/Product.as...6832106100

________________________________________________________________________

מיקעפי (צווייט בעסטע אנטי ווירוס, לויט כמה פוסקים)
אויף דריי קאמפיוטערס!
בחנם נאך א ריבעיט!
[Image: 32-484-015-03.jpg]
http://www.newegg.com/Product/Product.as...6832484015

*************************

נאך אסאך סאפטוועיר ספעשלס פאר א קורצע צייט
http://www.newegg.com/Product/ProductLis...&x=23&y=14
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-22-11 07:41 PM דורך Luzer Mendel .)
Yoel · 2011-11-22 19:27 · RE: מציאות אנליין
די בעסטע אנטי וויירוס? פארוועם איז עס די בעסטע?
Luzer Mendel · 2011-11-22 19:32 · RE: מציאות אנליין
מיר האבן שוין אמאל געהאט א שמועס דערוועגן אויפן פארום, אזוי האלט איך, דאכט זיך אז שמעלקע האט מסכים געווען
שמעלקא · 2011-11-22 19:59 · RE: מציאות אנליין
גערעכט, זיי זענען נאך אלץ אויבן-אן פון צווישן די באצאלטע פראדוקטן. מעקעפי איז געפאלן נאך טיפער, זיי רעכענען זיך פון די נידריגסטע אויפן ליסטע, אזוי ווי אלעזר מענדל זאגט שוין. ס'איז גוט נאר לויט "כמה פוסקים", ויש חולקים ע"ז ונקטינן לחומרא...

אבער דאס איז בלויז די "אנטי-ווירוס" סוויט, די פולע "נארטאן 360" ענטהאלט פיל מער. עס קאסט געווענליך $70 פאר 3 קאמפיוטערס (ביי סטעיפלס וכדו') און סטעיפלס האט עס פארן שווארצן פרייטאג פאר "בלויז" $40.

אבער צו וואס נעמען די א.ג. מציאות, ווען אויף עמעזאן קען מען דאס לכתחילה האבן פאר בלויז $28.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-22-11 11:32 PM דורך שמעלקא .)
Luzer Mendel · 2011-11-22 20:09 · RE: מציאות אנליין
(11-22-11 07:59 PM)שמעלקא האט געשריבן:  אבער צו וואס נעמען די א.ג. מציאות, ווען אויף עמעזאן קען מען דאס לכתחילה האבן פאר בלויז $28.

ביי דיר איז 28 ווייניגער ווי 10?
10 איז א זעלטן ביליגע פרייז, איך האב נאך אזאנס נישט געזען.

און פארוואס זענען מיינע מציאות באקרוינט מיטן טיטל א"ג, פארוואס איז עס נאר "אזוי גערופן"?
מיט וואס איז עמעזאן מער עכט? (חוץ די פאקט אז... נו שוין.. ווייסט וואס איך מיין)
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-22-11 08:11 PM דורך Luzer Mendel .)
שמעלקא · 2011-11-22 23:33 · RE: מציאות אנליין
נישט דיינע מציאות האב איך געמיינט, נאר סטעפלס.
שמעלקא · 2011-11-27 11:07 · RE: מציאות אנליין
איך ווייס עס באלאנגט נישט אין דעם אשכול, אבער אז מען האט שוין דערמאנט איבער דעם אנטי-וויירוס, וועלכער איז דער בעסטער, איז גיט דא א קליק.
זרח · 2011-11-27 12:42 · RE: מציאות אנליין
איך זיך א לעיזער פעקס צו קויפן מארגן, האט איינער א אנונג פון א סעיל?
זרח · 2011-12-04 14:13 · RE: מציאות אנליין
איך זוך בכלל א ביליגע אפיס סופלייס סטאר די ווייסט אפשר פון עפעס?
שמעלקא · 2011-12-04 15:56 · RE: מציאות אנליין
ליידער נישט. אבער אסאך זאכן קענסטו טרעפן אויף עמעזאן פאר פיל ביליגער. פון פאפיר און שרייב געצייג, און געוויסע אנדערע סופלייס. איך האב א רול אז יעדע זאך בעפאר איך קויף אויף סטעיפלס טשעק איך עס אויס אויב ס'איז נישט פאראן ערגעץ פאר ביליגער.

אויך, ווען איך קויף שוין יא ביי סטעיפלס, פרוביר איך אויסצונוצן די מאקסימום פון זייערע קיופאנס און אפפערס. זיי געבן יעדע שטיק צייט קיופאנ'ס, ווצב"ש $20 אראפ אויב דו קויפסט איין פאר $100, (אויך זייערע קאמפעטישאנס טוען דאס זעלבע, ווי אפיס-מעקס, אפיס-דיפאו, קוויל, און רעלייעבל, איך פרוביר צו נעמען עדווענטעזש פון אלעמען). און אויסער דעם בין איך א מעמבער אין זייער "ריווארדס" פראגראם, און איך באקום צוריק געוויסע פראצענטן אויף וואס איך קויף דארט.

איך האב שוין געשריבן אינעם "שפארן" אשכול, אז פילע סופלייס קויף איך איין אין BJ. דאס איז ביליגער פון אלעמען, אפילו פון עמעזאן. נאר עס קאסט א $54 מעמבערשיפ פער יאר. אויכעט האבן זיי נישט דעליווערי פאר אלע זאכן, זייער וועבסייט האט נישט אלעס וואס אין געשעפט. אבער מען קען שפארן אסאך געלט. די מעלה פון סטעיפלס איז טאקע אז אויב דארף איך עפעס וויכטיג, האבן זיי אומזיסט נעקסט-דעי שיפינג, משא"כ די אנדערע.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 12-04-11 04:01 PM דורך שמעלקא .)
דוד · 2011-12-04 16:24 · RE: מציאות אנליין
(12-04-11 02:13 PM)זרח האט געשריבן:  איך זוך בכלל א ביליגע אפיס סופלייס סטאר די ווייסט אפשר פון עפעס?

עס הייסט אז ביי W.B. MASON קען מען באקומען זייער גוטע פרייזן
מנחם · 2011-12-04 16:29 · RE: מציאות אנליין
Watch out ביליג אויף געוויסע זאכן און טייערער אויף אנדערע, אזוי ווי יעדע קאמפאני.
היינט, מיט די וועב וואס מ'קען אין איין סעקאנד טשעקן אלע סטארס און אלע פרייזן, האט די קאנסומאר די אויבערהאנט
מנחם · 2011-12-04 21:09 · RE: מציאות אנליין
צופעליג פאר 11x17 פעיפער זענען זיי געווען אויסטערליש ביליג. דאכט זיך 16.50 א פעקל פון 500 קאלער.
Luzer Mendel · 2011-12-27 17:28 · RE: מציאות אנליין
נארטאן פאר דריי מענטשן אומזינסט נאך א ריבעיט

[Image: 32-108-655-03.jpg]

http://www.newegg.com/Product/Product.as...6832108655
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 12-27-11 05:29 PM דורך Luzer Mendel .)
שמעלקא · 2012-01-11 15:56 · RE: מציאות אנליין
שפארט אייך $50 ביז סוף יאנואר 12'. מיט א קיופאן.

איר קענט קויפן אפיס סופלייס ביי די וועבסייט (http://www.Reliable.com) עס איז צוזאמען מיט אפיס-מעקס. אויב האט איר א ארדער איבער הונדערט דאלער, לייגט אריין צום סוף (ביי די טשעק-אוט) די קיופאן קאוד KB (בלויז די 2 אותיות), און איר באקומט $50 הנחה. הערה: דאס איז נישט פאר טעכנאלאגיע אייטעמס, ווי קאמפיוטערס, פרינטערס, וכדו', נאר אויף "אפיס סופלייס", ווצב"ש פאפירן, קליפס, אדער אפילו טינט (אינק), שרייב געצייג, א.א.וו.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 01-11-12 03:57 PM דורך שמעלקא .)
זרח · 2012-01-12 14:17 · RE: מציאות אנליין
http://www.clearwirelessinternet.com/


א סעיל היינט אויף ווייערלעס אינטערנעט
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: נעכטן 02:18 PM דורך זרח .)
מנחם · 2012-01-12 15:02 · RE: מציאות אנליין
וואס איז עס אנדערשט און/אדער בעסער פון ווערייזאן וואס קענסט אלס האבן א פרי מאדעם ביי ווייערפליי אדער לעטס טאלק?
פלאס ווערייזאן האבן מער קאווערעזדש אוו lte .
וואס איז די פרייז?
זרח · 2012-01-12 15:36 · RE: מציאות אנליין
4G אנלימיטעד פאר 35 א חודש
מנחם · 2012-01-12 17:51 · RE: מציאות אנליין
וואס?? 4g unlimted? For $35/month איך הער גוט.
פארשטייט זיך אבער אז מ׳רעדט דא פון וויימעקס. אבער נאך אלץ איז דאס א מעכטיגע חידוש.
שמעלקא · 2012-01-29 13:37 · RE: מציאות אנליין
שמעלקא · 2012-03-13 09:26 · RE: מציאות אנליין
מען קען היינט האבן קוויקבוקס ביי עמעזאן פאר האלב פרייז! 50 פראצענט אף.