אט האט איר א לינק צו הערליכע ליובאוויטשער ניגונים וואס איר קענט הערן בשעת'ן ארבעטן. ריפרעשט דעם פעיזש און באקומט א פרישע פייל מיט צענדליגער פרישע ניגונים. הערליך!
נאט אייך(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-09-11 02:30 PM דורך Yoel .)
וואס וועט זיין מיט א געהעריגן קעפל?
בכל אופן א דאנק.
זייער שיינע שטאטע ניגונים בלויז מוזיק, אויסגעצייכענט פאר בעקגראונד מוזיק, נעמט נישט אוועק די קאנצעטראציע.
ועל כולם אלטע חסידישע לידער מיט א חן.
שכוח אברעמל.
יוחי, וואס האסטו הפנים געטראפן שלעכט מיט מיין קעפל?
הארציגן יישר כח אברעמל, נהניתי! (דיין נאמען אינאיינעם מיט די חב"ד ניגונים דערמאנט מיר פון אברעימל פריד).
ווען די חב"ד ניגונים קריכן אייך שוין פון די נאז, קענט איר פרובירן אביסל
ר' שלמה'לע
אגב: מענטשן זענען משוגע פאר זיין אופן פון דערציילן מעשיות וכו', איך זעה דערין גארנישט ספעשל, נישט קיין חילוק ווי שטארק כ'האב שוין פרובירט צו זיין א מבין, עס גייט נישט בשום אופן. ובכן, איז עפעס ראנג מיט מיר? אדער ברויכמענזעך פשוט צוזאמנעמען און שרייען 'דער קעניג איז נאקעט'
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 10-25-11 05:17 PM דורך אברעמל .)
די חב"ד סייט פארזיסט מיר מער די ארבעט ווי די שלמה'לע סייט.
א דאנק אברעמל, אבער ביי מיר ארבעט עס נישט, עס קוקט אויס ווי מען דארף עפעס א פלאג-אין, אבער פייערפאקס כאפט נישט וועלכע.
(10-25-11 09:36 PM)שמואל האט געשריבן: די חב"ד סייט פארזיסט מיר מער די ארבעט ווי די שלמה'לע סייט.
(10-26-11 01:58 PM)בן בית האט געשריבן: מיר אויך
איך קאנגראטוליר אייער גוטן געשמאק, אבער סוף כל סוף ווייס איך נישט צו ר' שלמה'לע איז ערגער פון די 'ניגונים שחיברו להרבי'...
(10-26-11 03:30 PM)Luzer Mendel האט געשריבן: א דאנק אברעמל, אבער ביי מיר ארבעט עס נישט, עס קוקט אויס ווי מען דארף עפעס א פלאג-אין, אבער פייערפאקס כאפט נישט וועלכע.
ביי מיר ארבעט עס אויף ווינדאוס מידיא פלעיער
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 10-26-11 03:34 PM דורך אברעמל .)
מידיא פלעיער ארבעט נישט אין פייערפאקס?
(10-26-11 03:55 PM)אברעמל האט געשריבן: מידיא פלעיער ארבעט נישט אין פייערפאקס?
עס דארף ווען יא, איך ווייס נישט קיין סיבה
אט אייך נאך א סייט, א מישמאש פון אלעם
http://www.jewishbroadcast.com
פון די זעלבע סייט, מיט א בעסערע קוואליטעט (העכערע ביט רעיט)
http://www.jewishbroadcast.com/Channel2.php
קול באבוב - אלטע באבובער ניגונים
http://kolbobov.com/Kol_Bobov/Home.html
עס פלעגט האבן פאר יארן א סטרים פון משה גאלדמאן מוזיק אויך, אבער ליידער איז עס שוין א פארגאנגענהייט.
פאר געמיינע סחורה איז דא מערערע סייטס, אבער מען רעדט דאך פון יודן אניני טעם וואס מען קען זיי נישט פארקויפן סיי וואס. ווי גלייכט זיך מנחם תמיד אויסצודרוקן? אין בעל בית דרייט זיך די עליטע פון כלל ישראל, ובכללם ביניכדעך אויך איינער פון די, און כ'האב א לענגערע צייט געזוכט עפעס קוואליטי ביז כ'האב געטראפן חב"ד, האבעכעס געוואלט מיטטיילן מיט'ן ציבור.
ר' שלמה'לע האט אויך די מעלה אז למעשה זינגט ער מיט א היימישן געשמאק, דלא כאונזערע היינטיגע 'חסידישע' זינגערס. ער פאר זיך איז געווען א צומשיטע נשמה, אבער זיינע ניגונים זענען סופער, און א גרויס חלק פון זיי האבן זיך אזוי גוט אינגעגעבן ביים היימישן ציבור, אז מען זינגט זיי אין גרויסן און מען ווייסט ניטאמאל אז עס קומט פון אים.
באבוב גראדע איז אויך געווען גאר געשמאק, און איך האב דאס געהערט פאר יארן לאנג, אבער ווי לוזער מענדל האט ערווענט זענען זיי שוין פאר יארן צוגעשפארט
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 10-26-11 04:28 PM דורך אברעמל .)
(10-26-11 03:33 PM)אברעמל האט געשריבן: (10-25-11 09:36 PM)שמואל האט געשריבן: די חב"ד סייט פארזיסט מיר מער די ארבעט ווי די שלמה'לע סייט.
(10-26-11 01:58 PM)בן בית האט געשריבן: מיר אויך
איך קאנגראטוליר אייער גוטן געשמאק, אבער סוף כל סוף ווייס איך נישט צו ר' שלמה'לע איז ערגער פון די 'ניגונים שחיברו להרבי'...
(10-26-11 03:30 PM)Luzer Mendel האט געשריבן: א דאנק אברעמל, אבער ביי מיר ארבעט עס נישט, עס קוקט אויס ווי מען דארף עפעס א פלאג-אין, אבער פייערפאקס כאפט נישט וועלכע.
ביי מיר ארבעט עס אויף ווינדאוס מידיא פלעיער
אַה, נישט גיט פארשטאנען, מיר זאגן אז עס איז געשמאקער צו הערן, ס'איז אנגענעמע מיוזיק וואס האלט די גיסטע און אין די זעלבע צייט נעמט עס נישט אוועק די פאקוס פון די ארבעט, מ'קען אפי' אויפהייבן א טעלעפאון אין עס לאזן ארבעטען, משא"כ שלמה נעמט אוועק דעם פאקוס. מ'האט בכלל נישט גערעדט מכשרותם.
בדרך אגב אז די האסט שוין יא דערמאנט, האב איך אמאל געהערט נאכזאגן פון אן ערלעכע איד אז יעדע טעיפ פון א חסידות קען מען בדרך כלל הערן און יעדע טעיפ פון א יחיד דארף מען זיך אינטערסירן קודם.
(10-26-11 03:46 PM)Luzer Mendel האט געשריבן: עס ארבעט אין קראום
ביי מיר ארבעט עס אויך אין קראום.
(10-26-11 04:27 PM)אברעמל האט געשריבן: באבוב גראדע איז אויך געווען גאר געשמאק, און איך האב דאס געהערט פאר יארן לאנג, אבער ווי לוזער מענדל האט ערווענט זענען זיי שוין פאר יארן צוגעשפארט
באבוב ארבעט נאך, נאר די גאלדמאן טעיפס נישט, עס איז נישט אזוי שיין ווי ר' משה גאלדמאן'ס טעיפס, אבער גוט אמאל פאר א טשעינזש, אלטע חסידישע ניגונים.
(10-26-11 04:35 PM)בן בית האט געשריבן: אַה, נישט גיט פארשטאנען, מיר זאגן אז עס איז געשמאקער צו הערן, ס'איז אנגענעמע מיוזיק וואס האלט די גיסטע און אין די זעלבע צייט נעמט עס נישט אוועק די פאקוס פון די ארבעט, מ'קען אפי' אויפהייבן א טעלעפאון אין עס לאזן ארבעטען, משא"כ שלמה נעמט אוועק דעם פאקוס. מ'האט בכלל נישט גערעדט מכשרותם.
גוט ארויסגעברענגט די זאך... איך האב אויך נישט געמיינט צו רעדן פון כשרות, נאר פונעם עצם זיסקייט און געשמאקקייט ביי די ארבעט.
ביימיר ארבייט עס ביי פייערפאקס אויך
געוואלד!!!! וואס טוט מען? ס'ארבעט מער נישט!!!!!!!!!
Angry
(11-08-11 02:48 PM)בן בית האט געשריבן: געוואלד!!!! וואס טוט מען? ס'ארבעט מער נישט!!!!!!!!!
Angry
וועלכע? חב"ד ארבעט ביי מיר.
ביי מיר נישט, כא'געטרייט ביידע בראוזערס.
לוזער מענדל וועלכע בראוזער נוצטו? ביי מיר ארבעט ער אויך נישט...
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-08-11 04:21 PM דורך שמואל .)
אה! געפיקסט!! ארבעט שוין. לכבוד מיטוואך.

פארזיסט אייך די דינסטאג מיטן נייעם הערליכן ניגון
https://files.me.com/gesandfriends/dp1fv3.mp3א איד מיטן נאמען ר' מענדל בראכפעלד מחשובי חסידי באבוב, וואס האט מנדב געווען זיין ניגון פארן ציבור פראפעסיאנאל אראפגעשפילט דורך ר' חיים יצחק גאלדמאן הי"ו בן המלחין ר' משה ז"ל.
און וואס טוט זיך מיט א ניגן פאר מיטוואך????
