באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / קאמפיוטער - טעכנאלאגיע

סמארט פאן אן אינטערנעט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=342

משהלע · 2012-06-03 02:42 · סמארט פאן אן אינטערנעט
שאלה. איך האב א סמארט פאון. איך וויל וויסן וויאזוי מקען בלאקירן די בראוזער. אין בלייבן נאר מיט עפפ און אימעיל.

לכבוד די חשובע טעכנעלאגן ביטע מיר ארויס העלפן

יישר כּוח

משהלע
typist · 2012-06-03 07:38 · RE: סמארט פאן אן אינטערנעט
אזוי ווי דו שרייבסט נישט וואסערע סארט סמארט פאון דו האסט, שטעל איך זיך פאר אז דו מיינסט א ענדראויד וואס דאס רופט מען סמארט פאון בה"א הידועה.

ביי ענדראויד דארף עס צו זיין פשוט, בעט א חבר זאל דיר דאונלאודן פון די עפפ סטאר די "עפפ לאק" עפפ, און ער זאל פארשפארן דיינע בראוזער'ס און אזוי אויך די ענדראויד מארקעט נישט צו קענען דאונלאודן א אנדערער בראוזער, און פארשטייט זיך אז נאר ער האט די פעסווארד, ממילא האסטו נישט קיין עקסעס צו אינטערנעט דורך דיין פאון.

ביי בלעקבערי איז עס אסאך פשוטער, עס איז דא א ספעציעלע עפפ פאר דעם.

פאר אלע פילטער און ענליכע אנגעלעגענהייטן, באזוך ונשמרתם.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 06-03-12 01:00 PM דורך typist .)
זרח · 2012-06-03 12:52 · RE: סמארט פאן אן אינטערנעט
די לינק ארבייט נישט
typist · 2012-06-03 13:00 · RE: סמארט פאן אן אינטערנעט
שוין פארראכטן.

ואתכם הסליחה
משהלע · 2012-06-04 11:17 · RE: סמארט פאן אן אינטערנעט
א גרויסע יישר. אבער איך זיך צו אראפצונעמען די גאַנצע בראוזער. נישט סתּם בלאקירן מיט א פעסווארט
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 06-04-12 11:18 AM דורך משהלע .)
typist · 2012-06-04 13:07 · RE: סמארט פאן אן אינטערנעט
צו קענען אויסמעקן די סיסטעם עפפס מוז דיין פאון זיין גערוטעט, וואס דאס איז א קאמפלאצירטע און איינגעשטעלטע ארבעט (אויב ווייסט מען נישט וואס צו טוהן).

מומחה עצום פון אייוועלט האט געשריבן א טוטאריאל וויאזוי צו רוטן, און ווי ער שרייבט דארטן אינמיטן:
Quote:אויב איז מען א שטיקל בטלן, ובלשנינו "עם הארץ ווען ס'קומט צו טעכנאלאגיע זאכן" קען מען צוברעכן דעם פאון בשעת'ן רוטן דהיינו בריק, אן עצה דערצו איז, אדער נישט רוטן, אדער זיך צולערנען די מלאכה, דער עיקר איז קיינמאל נישט טון איבערגעאיילטע שריט.
.

(איך קלער אז דו קענסט פרעגן די עסקנים פון סאטמאר (מהרז"ל), זיי דארפן לכאורה צו וויסן אויב עס איז דא א וועגן אן רוטן, און אפשר וועלן זיי דיר עס רוטן, קענסט שיקן א אימעיל צו זיי אויף satmarfiter@gmail.com)
זרח · 2012-06-05 12:49 · RE: סמארט פאן אן אינטערנעט
לכאורה דארף א ריסעט אויסמעקן די גאנצע געשעפט און מען האט צוריק די בראוזער
Luzer Mendel · 2012-06-05 13:26 · RE: סמארט פאן אן אינטערנעט
(06-04-12 11:17 AM)משהלע האט געשריבן:  א גרויסע יישר. אבער איך זיך צו אראפצונעמען די גאַנצע בראוזער. נישט סתּם בלאקירן מיט א פעסווארט

איך מיין נישט חלילה אפצוקילן דיין התלהבות, אבער עס קוקט אויס ווי דו ווילסט מקיים זיין די ווערטער "ארויסווארפן די אינטערנעט" פשוטו כמשמעו.

וואס איז שלעכט מיט בלויז א פעסווארד וואס א חבר האט? אדרבא, עס איז לכאורה גרינגער ארויפצולייגן א בראוזער פון דאסניי ווי גיין שנארן פון א חבר די פעסווארד.
מאנסיער · 2012-06-12 14:14 · RE: סמארט פאן אן אינטערנעט
ס'גוט צו וויסן אז מ'קען מאכן א ווייט ליסט אויף ענדרויד, אינעם אויבנדערמאנטען "ונשמרתם" לינק שטייט די פרטים