כ'האב זיך משתתף געווען בעז"ה, און לאמעך אננצייכענען עטליכע מערקווירדיגקייטן, מאטעריאליסטישע, ווי ספירוטאעלע:
* קודם כל, דער סטעדיום... מיר האבן זיך אויסגעברייטערט דעם האריזאנט, און געגאנגען אין סטעדיום אריין, מיט א טיקעט, מיט סעקיוריטי, שמעק הונט, כ'האב זיך געשפירט ווי א גאנצער קאפיצוטעט. נישט אוועקצומאכן.
* יעצט לגופו של ענין, יש חכמה בגוים תאמין, די חברה טויגן אבער נאך וואו, דער סטעדיום איז אויסגעשטעלט אויף א אופן ווי יעדער איינער אן אויסנאם, זאל זיך שפירן א חלק פון דעם געשעעניש.
נעמט א משל היימישע מסיבות, דער ערשטער העלפט זאל, האלט מיט אביסל, ווי ווייטער אלץ ווייניגער, מען קופקעט מיט די שכנים, בקיצור עס דארף זיין 'מוראדיג' אינטערעסאנט צו מאכן דעם עולם איינזיצן.
יעצט ביי די סטעדיום קאמיוניטי, זענען זאכן גאר אנדערש, קודם כל 'יעדער' קען זעהן אייניג און אלעס מתחלה ועד סוף. ס'טייטש? כ'בין געקומען, געצאלט געלט, געמאכט די עפפארט, שטעל מיר צו א פלאץ ווי א מענטש צווישן מענטשן.
* די סקרינס: יעדער זעהט יעדן קנייטש אין פנים פונ'ם רעדנער, מען קען אים אריינקוקן אין די שווארץ אפל אריין, ווען ער ציהט ארויף דעם טון, שרייט ער דאך ממש אויף מיר!! איך שטיי אין קאנטאקט מיט אים אויף א איינס-צו-איינס בעסיס. אויטאמאטיש אפילו אויב זיץ איך אויפן העכסטן ווייטסטן פלאץ, בין איך טעכניש א חלק פונ'ם איווענט פונקט ווי יעדער.
* אינמיטן די דרשות פירט מען ארום דעם סקרין ארום דעם זאל, און מען ווייזט פארשידענע חלקים דערפון, דאס אליין איז אויך א וואונדערבארע מיטל צו האלטן דעם עולם אין די ראמען בשעת א לאנגווייליגע דרשה. פאקט: עס איז אינטערעסאנטער צו זעהן דעם עולם אויפן סקרין, ווי זיך ארומקוקן לייוו.
* האט איינער אויפגעפאסט איבער די בענעפיט פון א טישלאזן זאל מיט בענקלעך איינס העכערן צווייטן? בשעת מען זיצט ביי א טיש מיט שכנים קעגן איבער און פון אלע פיר זייטן, מאכט זיך א קופקע אין נאו טיים, איינער ווייזט דעם (כשר'ן) בלעקבערי, איינער א וויצל וכדומה, ביז עס זעהט אויס ווי א קאווע שטיבל, אינ'ם סטעדיום זיצט נישט קיינער קעגן איבער דיר, ניטאמאל אונטער דיר, אויב ווילסטו זיך אויפשטעלן צו א שכן דארפסטו זיך דורכשטופן זיצנדיגע רייעס מיט מענטשן, למעשה, בלייבט מען זיצן שטילערהייט, און מען קוקט דעם סקרין אין פנים אריין.
יעצט פארשטייט איר שוין דעם סוד וויאזוי רבבות האבן זיך געהאלטן צוגענאגלט נעכטן במשך שעות ארוכות? (כ'בין נישט חלילה מזלזל אין דרשנים און דרשות, אבער פארט וואלט מען אין קיין אנדערע 'סעטאפ' נישט געקענט האלטן דעם עולם געשפאנט פאר אזוי לאנג)
המשך יבוא.