באמבע
שלום בערגער, א אידישיסט פון באלטימאר, אנטפלעקט אין א ארטיקעל אין "טאבלעט מאגאזין" וואס א שרייבער פון "די שטערן" האט אים געזאגט פערזענליך, איך וויל נישט מעתיק זיין דא, און איך וויל נישט איבערשרייבען קיין פרטים. און איך גיי נישט ברענגען קיין לינק, ווער עס וויל זאל סיערטשן אויף זיין אייגענע אחריות.
אבער עטליכע נקודות,
* ער גלייבט נישט אין חידוש העולם
* ער האט כפירהדיגע געדאנקן און קען זיך נישט אפשטעלן, טראץ וואס ער איז ווייטער חסידיש אינדערויסן.
* ער האלט אז די אידישע וועלט טוישט זיך, ער העלפט ארויס טראנספארמירן די חסידים.
שלום בערגער איז א ריכטיגע מסיח לפי תומו, האט נישט קיין סיבה צו שרייבען אנדערש ווי עס איז.
איך האב שוין לאנג געהאט א חשד אז דער שטערן איז ערגער ווי מען מיינט, איך האב אלץ געשפירט גיפט דארט, אבער איך האב נישט געקענט לייגן מיין פינגער אויף וואס עס דריקט מיר. האב איך ענדערש נישט געשריבן.
אבער יעצט אז מיין געפיל האט זיך ארויסגעשטעלט ריכטיג, וועל איך שרייבן א צווייטע געפיל וואס איך האב, כאטש איך קען נישט גאראנטירן אז עס איז ריכטיג.
לויט מיין השערה איז די שטערן די בעל בית פון די אפיקורסישע סייט ק"ש. עס האט זיך געעפענט ווען די מערכה מיט די שטערן האט זיך אנגעהויבן, און די מערסטע אקטיווע שמועסן זענען איבער די שטערן און די מערכה אקעגן די עסקנים. ער האט אלץ ערשטע נייעס דערוועגן און ארגינעלע קאפיס פון זיינע מודעות און קאווערס. ובכלל שמעקט עס שטערענדיג.
איך בין נאכאמאל מדגיש אז עס איז נאר א השערה, נאר מפני חומר הענין לא מנעתי מלכתוב. והבוחר יבחר.

(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 05-20-12 08:19 PM דורך Luzer Mendel .)