א משפחה מיטגליד מיינער זוכט ארבעט שוין א גאר לאנגע צייט.
ווי קען מען טרעפן? חוץ קוקען יעדן טאג אין די בלעטלעך.
אין וומ"ס איז דא ארבעטס פארמיטלונג. ער האט עס שוין פרובירט, וואס נאך איז דא?
תודה מראש לכל העוסקים והמסעיים.
אפאר וואכן צוריק איז געווען אדווערטייזט JTECH אין בעל בית, אז זיי האבן עפעס א ארבעט האטליין, א קליינע עד.
מסתמא איז עס נאר פאר זייערע תלמודים אבער.
איך האב א געדאנק אז די בעל בית זאל צושטעלן א ספעשל סעקשאן אין די פארום'ס פאר קלעסיפיידס, יעדער זאל פאסטען וואס ער וויל. איך ווייס נאר נישט צו סוועט זיך לוינען אלץ די געלט, ווייל סוועט נישט ברענגען קיין אינקאם פאר בעל בית.
אמאל געדענק איך פלעגט זיין קלעסיפיידס אין בעל בית, עס איז נישט דא מער, פארוואס?
(12-28-11 03:05 AM)Luzer Mendel האט געשריבן: איך האב געהאט א אינטערעסאנטע געשפרעך מיט איינעם לעצטענס אין די נושא וואס מיר רופן דא אן "מצב הפרנסה ביים היימישן עולם" מיר האבן דן געווען צו אין די היימישע גאס איז די אקאנאמיע ארגער אדער בעסער, אין די יעצטיגע שווערע צייטן, ווי אין די אינדערויסענדע וועלט.
יענער האט געטענהט אז ביי אונז איז בעסער, ווייל ווי נישט ווי, מלמדים וכלי קודש (א גרויס חלק פון פאלק) קריגן ווייטער די זעלבע געהאלט, קיינער איז נאכנישט געווארן אויפגעזאגט וועגן די אקאנאמיע. אזוי אויך ביי היימישע ביזנעסער וואס סערווירן דעם אייגענעם עולם איז קיינער נישט קלענער געווארן, נאר אדרבא מען וואקסט, ווייל דער עולם וואקסט אויך, נאר נישט אזוי שטארק און שנעל ווי און גוטע צייטן.
אזוי אויך גראסעריס שפירן עס נישט ווייל רוב עולם איז סייווי אויף פוד סטעמפס, לענדלארדס שפירן עס נישט ווייל דער עולם איז אןיף סעקשאן 8 און די פרייזן שטייגן סייווי אין יעדע היימישע געגענט בלי יוצא מן הכלל.
אוודאי איז דא וואס שפירן עס יא, אבער ער טענהט אז עס איז לייכטער, וואס מיינט דער עולם דא?
לוזער, איז דאס דער זעלבער?
================================
(04-04-12 04:15 PM)מנחם האט געשריבן: אנטשולדיגט, טעקארבייטער, אדווערטייזמענטס זענען וועלקאם, אבער נאר אין די ריכטיגע פלאץ. די ציבור אויף בעה''ב איז צו קלוג פאר דעם
אבער צום פוינט, די היימישער ציבור האט נישט קיין שום פראבלעם מיט קאמפיוטערס און אינטערנעט און טעקנאלאזדשי.
והא ראי', א וואך נאך שעבע בראכעס קויפט מען זיך א שיינענדיגן בלעקבערי אדער אייפאון אדער ענדרויד איינס פאר זיך און איינס פאר'ן חשוב'ן בני בית תחי', פארוואס ווייל מ'פיעלט נעבעך ווי מ'איז געווארן פריי, פאר די חופה האב איך דאס נישט געטארט האבן, איך ווייס דאך נישט פארוואס, לאמיך יעצט זיך אומקוקן און געוואר ווערן וואס איך האב נישט געטארט זעהן און וויסן, נעבעך, מ'פירט דעם דור אויף אזא קרימען מהלך אז ס'איז א שרעק,
אבער לענינינו, די פראבלעם איז נישט קאמפיוטער, די פראבלעם איז זיך לערנען עני פאך, שולדיג דערין, פרי מאני,
פארוואס זאל זיך איינער גיין לערנען א פאך ווען זיין חבר וואס לערנט זיך נישט גייט מאכן מער געלט פון איך נישט קענענדיג די פאך,
איך זאג אייך, ביודעי ומכירי קאמינא, די וויי געשריי איז עד לב השמים,
די סיסטעם איז סם המות
אויב לערנסטו זיך א פאך און די ארבעטס אגאנצן טאג קומסטו אהיים אויסגעמיטשעט, אפגעשליסן און אפגעריסן, און די זעלבע צייט זיצט א צוווייטער על סיר הבשר און ריקט מוציא'ס מיט האניג מיט קאמפאט פאר פרי
מ'קען נישט יעדעס מאל נאכאמאל מאכן דעם חשבון, צא וחשוב, ווילאנג ס'איז דא פרי מאני וועט נישט זיין ווער ס'זאל זיך וועלן לערנען א פאך, אפילו אומזינסט, און כל שכן פאר געלט,
לגבי JTECH איך האלט אז ס'איז זייער א גוטע זאך, אבער ווי געזאגט, דער עולם האלט נישט דערביי,
איך האב א קרוב וואס האט יעצט גענדיגט שנה ראשונה, ווען איך טרעף אים זאגט ער מיר, האסט נישט עפעס פאר מיר? וויפיל איך פרוביר אים אויפצוקלערן מ'דארף זיך עפעס לערנען, אפילו קוויקבוקס אדער עקסעל, (אז ביים אינטערוויאו זאל מען כאטשיק קענען זאגן אז איך קען עפעס) איך האב די סי.די.'ס רעדי פאר אים, אין קול ואין עונה, ער איז נאר ביזי אז יענער האט 'געטראפן' דאס און יענער יענטס, זיך לערנען מאן דכר שמיה, דרייוון וויל ער קענען, אבער זיך לערנען קאמפיוטערס אדער וואד עקסעל, ניין.
אן א פאך.
משפחה מיט 7-8 קינדער
פ.ס. 1200
מעדיקעיד 1500
סעקשאן 8 1600
טאטעל א חודש
$4300
X 12
51600.00
לייג צו טעקס ריטורן
11000
=52600
און אויב איז ער נאך איינער וואס שפארט זיך שכר לימוד אויף סיי וועלעכן אופן איז עס בערך נאך 5000-7000 א יאר
האלט מען שוין ביי כמעט 60,000.00
יעצט ארבעט ער דאך 'עפעס' לשם מצות ארבעטן בערך 800-900 א וואך
800X52=41,600.00
האלט מיר ביי איבער ִ100,000.00 א יאר אומגעלערנט, אביסל ארויף אביסל אראפ, אבער בערך איז עס די נאמבער.
יעצט רעכנט אליין אויס קאמפעירט צו איינער וואס לערנט זיך יא
שומו שמים
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 05-17-12 05:41 PM דורך מנחם .)
ניין, א צווייטער, איך ווייס נישט וואס דו טרייסט צו פראווען דא, א איד זוכט א זשאב, ער האט עקספיריענס אין אנפירן א געוויסע צדקה ארגענעזאציע, אבער ער זוכט עפעס מיט מער געלט.
ארבעט פארמיטלונג אין וומ"ס האט נישט עפעס פאסיג, אוואו נאך קען מען זיך ווענדן?
האסט א עצה אדער נישט?
א אינגערמאן זאגט מיר אז ער זיכט שוין אויך א ארבייט א שטיק צייט, ארבייט פארמיטלונג האט נישט, און מען האט אים אנגעטראגן א דזשאב ביי א וועירהויז פון 8 צופרי ביז 7 ביינאכט פאר 15 דאלאר א שעה!
ימות המשיח!
קומט אויס בערך 850 א וואך.
וואס איז שייך צו זאגן... סדא ערגערע פון דעם.
ניין - 735 קומט עס אויס- פרייטאג איז 5 שעה