פארוםקאמפיוטער - טעכנאלאגיעארבייטערס געזוכט אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=322
יא דאס וואס מיר שרייבן דא איז ליידער א אמתדיגער פאקט
די וועלט ווערט וואס א טאג מער און מער פארגעשריטן און אין די זעלבע צייט ווערן די היימישע ארבייטער ליידער וואס א טאג ווייניגער און ווייניגער
א דוגמא: B&H פאטא האט די פארגאנגענע וואך עדווערטייזט אז זיי זיכן קאמפיוטער ארבייטער און זיי זענען גרייט צו הייערן היימישע אינגעלייט און אפולא זיי אויך אויסלערנען די פאך
זאגן אבער די מענידזשערס אז דער היימישער ציבור איז אזוי ווייט דערפון אז בלויז הערן די ווערטער "קאמפיוטער ארבייט" איז שוין געניג פאר זיי אפגעשראקן צו ווערן, און ניטעמאל קיקן אויף זייער זייט, דעריבער וועלן זיי גצווינגען זיין און ארויסגיין זיכן ארבייטער אינדרויסן פון אונזער קאמיונעטיס. און דאס געשעט מיט אלע היימישע ביזנעס בעלי בתים, זיי קענען נישט טרעפן קיין היימישע אינגעלייט וואס קענען די סארט ארבייט.
פון איין זייט קיקט דאס אפשר אויס זייער גיט, מיר האבן ב"ה אן ערליכן ציבור,
אבער פון די צווייטע זייט איז ליידער אויך וואס די חז"ל זאגן אונז אז עניות קען ח"ו איינעם מעביר זיין מדעת קונו רח"ל.
ניין: עס איז נישט דא מער קיין ברירה, מען קען זיך מער נישט פארמאכן די אויגן, און מען ברויך קיקן אויפן צוקונפט.
יא! מיר זענען אלע מודה אז דער צוקונפט איז אז מיר זאלן אלע בקרוב אויסגעלייזד ט ווערן און גיין אנטקעגן משיח צדקינו, אבער ביז דערווייל מיז מען אויך טאן די ריכטיגע הישתדלות לפרנסה.
ווייל וואס עס פאסירט קיקט ליידער אויס אזוי:
דער אינגערמאן וואס האט שוין דעם חלף אויפן האלז, לויפט שוין ארום זיכן פרנסה און ווערט אויפגעזאגט פון אלע פלעצער ווייל ער קען נישט קיין בעסיק קאמפיוטערס, דער אינגערמאן ווערט נאר מער און מער אויפגערעגט און אזא איינער וועט ליידער מער צו קיינעם נישט צוהערן, ער וועט אריינעמען אין שטוב דעם אינטערנעט און זיך נעמען דערצו מיט א כעס.....וכולו.
און היות איך אליין ארבייט מיט טעקנאלעדשי אין א היימישע קאמפאני, און איך זעה ווי גרינג דאס איז, און עס קען באמת זיין א פרנסה קלה און יא! אויך "נקיה" אויב לערנט מען אויס דעם אינגערמאן וויאזוי דאס צו ניצן ריכטיגערהייט, דעריבער בין איך א גרויסער חסיד פון די נייע "דזשעי טעק סענטער" וואס איז געגרינדעד געווארן צו העלפון אידן צו קענען טעכנעלאגיע און זיי האבן צוגשעטעלט באקוועבמע גוטע סארוועסעס אויף ביידע וועגן
1) אויב האט איינער נישט קיין קאמפיוטער אין שטוב קען ער אריבערגיין אין זייער הערליכע שיינע צוגערישטע סענטער אין וויליאמסבורג, און זיך אנהייבן צו לערנען פון א' ווי אזוי מען כאפט אן דעם קאמפיוטער, און דערנאך אלע בעסיק פראגרעמס ווי ווארד און עקסעל, ביז טיף אריין אין אלע ערליי פראגרעמינג סאפטווער און אויך וועב דיוועלאפמענט וכדו.
2) זיי האבן אויך געפענט יעצט א נייע שיינע וועבסייט, געאייגנט פאר די וואס זענען שוין אויף דזשאבס און זיי ווילן זיך צולערנען עפעס כדי צו פארדינען מער,
אדער פאר די וואס האבן שוין יא ציטריט צו קאמפיוטערס
http://www.jtechcenter.com
אלס א וואלענטיר האב איך זיך פארגענומען זיי ארויסצוהעלפן כדי צו קענען ברענגען אזעלכע שיינע באצאלטע פרנסה'ס פאר אנדערע אידישע קינדערלעך אויך
בעט איך יעצט פון אייך אלע, ווער עס ווייסט פון עפעס אן עוועילעבל דזשאב אין טעכנעלאגיע ביטע דאס פאסטען אויף די נייע
www.jtechcenter.com אדער קענט איר דאס איבערגעבן פאר די חשובע פארוואלטער פון די דזשעי טעק סענטער דורך אימעיל info@jtechcenter.com
ווער עס ווייסט אויך פון איינעם וואס זיכט צו טאן עפעס פאר פרנסה, שיקט עם צו די דזשעי טעק סענטער אז ער זאל זיך קודם עפעס לערנען, עס קאסט ממש א גארנישט 10 $ א שעה
אדער קען מען זיך לערנען אויפן וועב 197 $ פאר א גאנצע פעקעדש פון הינדערטער שעות פון טרעינינג
דער הייליגער רמב"ם שרייבט אז די גרעסטע מדריגה פון צדקה איז ווען מען העלפט איינעם ער זאל זיך שטעלן אליין אויף די פיס כדי ער זאל קיינמאל נישט ברויכן אנקומען צו א צווייטן.
כאפט אריין א מצווה
חג כשר ושמח you are 1000% right
i myslef see that all the people that took training are much better off then the people that know nothing
אז ער וועט שיקן יעדעם זיך לערנען די פאכן וועט עס נישט זיין מער קיין גרויסע מציאה......
אויסער דעם איז דא אסאך מענטשן וואס עני שייכות מיט טעכנעלאגיע מיינט נישט זיי אינגאנצען
איך האלט נישט אז היימישע יונגעלייט האבן א פראבלעם מיט בעיסיק קאמפיוטער פראגראמס.
ווידע זיין א פראגראמער ברויך מען זיך לערנען, און נישט יעדער האלט דערביי.
Pretty stupid ad for jtech.
Its a business sir, so dont act like u mean it for askunes.
second, nobody has a problem. With computers, there are hemishe computer classes all over the place.
Third, ujo and others provide real teachers, which is essential to really get somewhere, video classes are a cheap gimick.
Fourth, 75%yingelite have internet access anyway.
אנטשולדיגט, טעקארבייטער, אדווערטייזמענטס זענען וועלקאם, אבער נאר אין די ריכטיגע פלאץ. די ציבור אויף בעה''ב איז צו קלוג פאר דעם
אבער צום פוינט, די היימישער ציבור האט נישט קיין שום פראבלעם מיט קאמפיוטערס און אינטערנעט און טעקנאלאזדשי.
והא ראי', א וואך נאך שעבע בראכעס קויפט מען זיך א שיינענדיגן בלעקבערי אדער אייפאון אדער ענדרויד איינס פאר זיך און איינס פאר'ן חשוב'ן בני בית תחי', פארוואס ווייל מ'פיעלט נעבעך ווי מ'איז געווארן פריי, פאר די חופה האב איך דאס נישט געטארט האבן, איך ווייס דאך נישט פארוואס, לאמיך יעצט זיך אומקוקן און געוואר ווערן וואס איך האב נישט געטארט זעהן און וויסן, נעבעך, מ'פירט דעם דור אויף אזא קרימען מהלך אז ס'איז א שרעק,
אבער לענינינו, די פראבלעם איז נישט קאמפיוטער, די פראבלעם איז זיך לערנען עני פאך, שולדיג דערין, פרי מאני,
פארוואס זאל זיך איינער גיין לערנען א פאך ווען זיין חבר וואס לערנט זיך נישט גייט מאכן מער געלט פון איך נישט קענענדיג די פאך,
איך זאג אייך, ביודעי ומכירי קאמינא, די וויי געשריי איז עד לב השמים,
די סיסטעם איז סם המות
אויב לערנסטו זיך א פאך און די ארבעטס אגאנצן טאג קומסטו אהיים אויסגעמיטשעט, אפגעשליסן און אפגעריסן, און די זעלבע צייט זיצט א צוווייטער על סיר הבשר און ריקט מוציא'ס מיט האניג מיט קאמפאט פאר פרי
מ'קען נישט יעדעס מאל נאכאמאל מאכן דעם חשבון, צא וחשוב, ווילאנג ס'איז דא פרי מאני וועט נישט זיין ווער ס'זאל זיך וועלן לערנען א פאך, אפילו אומזינסט, און כל שכן פאר געלט,
לגבי JTECH איך האלט אז ס'איז זייער א גוטע זאך, אבער ווי געזאגט, דער עולם האלט נישט דערביי,
איך האב א קרוב וואס האט יעצט גענדיגט שנה ראשונה, ווען איך טרעף אים זאגט ער מיר, האסט נישט עפעס פאר מיר? וויפיל איך פרוביר אים אויפצוקלערן מ'דארף זיך עפעס לערנען, אפילו קוויקבוקס אדער עקסעל, (אז ביים אינטערוויאו זאל מען כאטשיק קענען זאגן אז איך קען עפעס) איך האב די סי.די.'ס רעדי פאר אים, אין קול ואין עונה, ער איז נאר ביזי אז יענער האט 'געטראפן' דאס און יענער יענטס, זיך לערנען מאן דכר שמיה, דרייוון וויל ער קענען, אבער זיך לערנען קאמפיוטערס אדער וואד עקסעל, ניין.
אן א פאך.
משפחה מיט 7-8 קינדער
פ.ס. 1200
מעדיקעיד 1500
סעקשאן 8 1600
טאטעל א חודש
$4300
X 12
51600.00
לייג צו טעקס ריטורן
11000
=52600
און אויב איז ער נאך איינער וואס שפארט זיך שכר לימוד אויף סיי וועלעכן אופן איז עס בערך נאך 5000-7000 א יאר
האלט מען שוין ביי כמעט 60,000.00
יעצט ארבעט ער דאך 'עפעס' לשם מצות ארבעטן בערך 800-900 א וואך
800X52=41,600.00
האלט מיר ביי איבער ִ100,000.00 א יאר אומגעלערנט, אביסל ארויף אביסל אראפ, אבער בערך איז עס די נאמבער.
יעצט רעכנט אליין אויס קאמפעירט צו איינער וואס לערנט זיך יא
שומו שמים(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 04-04-12 04:37 PM דורך מנחם .)
”Dear “LUZER
עס קיקט אויס ווי איר געט א גרויסע דעם און איר קענט גאנץ גוט געבן א דעם
Second: you make it sound like you know very well what JTech is, and what services they provide
But sorry LUZER you are very wrong
A) Jtech is a non for profit project it’s not a business.
B) Yes there is a big problem with computers in the Heimishe community.
C) NO there is no place for a Heimishe guy to learn in his own schedule, on his own time, not being limited waiting 4 to 6 weeks until it forms a class of people who want to learn the same course, or until the place finds a teacher for a single specific topic.
D) J Tech is NOT video classes and more then that it is basically the same professional curriculum which big colleges provide for there students, there is an estimated 10 million people learning and enhancing their skills via those type of courses
E) What are you talking about? 75% Yingelite have internet access anyway?... Your calculation needs a big improvement, so maybe go to some of your favorable Organizations they should teach you simple math
לכבוד ר' מנחם
איר זענט זייער גערעכט מיט אייער טענה אז דער פראבלעם פון פרי מאני איז זייער א גרויסער פראבלעם
ערשטענס האט זיך די אלע ענינים זייער אסאך געביטן.
מען טיילט שוין מער נישט אזויפיל פון די פרי מאני, און די היינטיגע אינגעלייט קענען שוין היינט נישט מער אויסקומען צו באצאהלן די סארט חודישליכע רענט אין בילס וואס שטייגן און שטייגן
די פאקט איז אויך אז רוב פון די וואס האבן יא די פרי מאני, בלייבן סוף כל סוף גרויסע שנארערס
יא יא! אין די יונגע יארן האקען זיי טאקע אריין מוצא מיט האניג, אבער און די שפעטערע יארן ווען זיי ווילן זיך א ריר טאן קענען זיי נישט, קויפן א דירה, א קאר, קרעדיט פאר א ביזנעס וכדו. אלעס איז פאר זיי פארשלאסן.
אויך דארף מען וויסן פון וועלכע סארט מענטשן מען רעד
עס זענען אייביג דא נעבעך אזעלכע וואס זענען נאר מסוגל צו זיין און צו בלייבן פושעטע ארבייטער, אבער עס זענען דא מענטשן וואס זענען טאלאנטפול און זיי וואלטן געקענט פארדינען אסאך מער, און נישט ארבייטן שווער, ווען זיי לערנען זיך ווען עפעס א פאך,
עס האט מיר געזאגט א בעל הבית פון א גרויסע געשעפט אז ער האט ביי עם אין ביזנעס זייער שטרענג איינגעפירט אז מען קען נאר ארבייטן הינדערט פערצענט גלייך, ער האט מיר אנגעוויזן אז די אלע געלונגענע חברה וואס האבן זיך צו עם געמאלדן פאר ארבייט פאר 10 יאר צוריק, און האבן נישט געוואלט אנעמען צו ארבייטן ביי עם ווייל זיי וועלן פארלירן די פרי מאני, זיי אלע זענען אלע נאך היינט געבליבן גרויס שנארערס, און ער ווייזט מיר אן געב א קיק רוב פון די טאלאנטפולע חברה וואס ארבייטן שוין ביי מיר 10 יאר האבן אייגענע דירות מיט קארן אויף זייער אייגענע.....
אמת אז דיינע קאלקעלאציעס שטימען
אבער די סך הכל דערפון איז נישט אינגאנצן אזוי
עס הונדערט זיך נישט אזוי די טויזענטערס, זיי אנטלויפן פון זיך אליין ממילא לייגן זיי נישט אוועק קיין געלט,
און אין ביזנעס ווייסט מען אז געלט ברענגט געלט
אז מען קען נישט אינערגעץ אינוועסטירן, אדער כאטש קויפן א שטיקל דאך אויפן קאפ, בלייבט מען א שנארער מיט די פרי מאני אינאיינעם.
איי! וואס ענטפערט מען אויף די באוויסטע פראגע, אז אסאך וואס ארבייטן אין קאמפאניס און פארדינען ווייניג קיקן זיך אן אז אויב זיי וואלטן ווען גענומען די פרי מאני וואלטן זיי אסאך מער געהאט?
אויף דעם איז דא א אידישער תירץ וואס רופט זיך "בטחון און אמונה"
ווייל עס איז קלאר נישט קיין פאקט אז דער וואס האט פרי מאני איז א בעסערער פארדינער
איך קען דיר ברענגען הינדערטער פאקטן וואס ווייזן ממש פארקערט
עס איז אפאר טאג פאר יום טוב און צייט ווערט מיר באגרעניצט דעריבער וועל איך נאר שרייבן איינס דערפון
איך קען א אינגעמאן וואס האט געארבייט אין איינע פון די באקאנטע גרויסע אידישע קאמפאניס עטליכע יאר,
ער האט אייביג געקיקט אויף זיינע חבירים וואס נעמען די פרי מאני און זאגן עם אז זיי מאכן א לעבן,
איין שיינעם טאג האט ער געזען אז א היימישע מוסד זיכט א באס דרייווער און זיי באצאלן אזוי ווי ער חולמט זיך טאקע.
נו! וואס איז דא צו טראכטן! געגאנגען
ער גייט דרייוון עטליכע שעה א טאג, די אנדערער שעות וועט ער טאן נאך עפעס, און באקומען די פרי מאני אויך, און ער וועט לעבן און לאכן פון יעדען.
חשבון אהער און חשבון אהין
יא איך בין עדות אז ער האט עפעס פארדינט
ווייסט וואס?
פארדעם איז ער געווען נאר אן עני ואביון
און יעצט האט ער פארדינט דעם "גוזלו" אויך
איך האב עם אנגעוויזן אז אין די זעלבע צייט וואס ער איז אריין אין די זעלבע דיפארטמענט האט זיין חבר אויך געארבייט, און יענער איז געווארן פערמאטעד אלס א גרויסער מענידזשער אין יענע דיפארטמענט און יענער פארדינט שוין היינט היבש אריבער הינדערט אלפים בליע"ה.
מיר מאכן נישט די חשבונות מיר דארפן נאר טאן די ריכטיגע הישתדלות.
****
א דאנק פאר דיין אויפריכטיגע קאמענטארן
ר' טעק ארבעטער,
ביטע באנעם דיך ציוויל, איך ווייס נישט פון ווי דו קומסט, אבער דא שטעכט מען נישט איינער דעם צווייטן, האסט אויפגעברענגט א נושא, בעסער געזאגט אדווערטייזט א ביזנעס אין אונזער פארום, איז די נושא "פעיר געים" איך האב דיר נישט פערזענליך אנגעגריפן, נאר צונומען די נושא אביסל.
אזוי ווי מנחם האט געזאגט, DONT INSULT OUR INTELIGENCE, קענסט שרייבן וועגן א ביזנעס, אבער ביטע מאך אונץ נישט פאר קיין נאראנים, עס איז נישט קיין עסקנות, עס איז אויפטו פאר אינגעלייט? קען זיין, אדרבא, שרייב מער דעטאלן, איך זע עס נאך נישט איין דערווייל, אבער רעדט נישט איין קיין לשם מצוה ענינים.
CDD ברויך אויף צום לעבן, אויב איז JTECH א "נאן פראפיט" פון ווי לעבט ער יעצט? דאכט זיך אז עס איז די איינציגסטע זאך אין וואס ער איז יעצט עוסק. אויב איך בין ראנג, אדרבא, צייג אונז איבער, און איך וועל מודה זיין.
וואס דען איז די JTECH קלאסן אויב נישט ווידעאו? בוקס? זיי מסביר מער, מיר זענען נישט קיין נאיווע כולל אינגעלייט, זאג פונקטליך ארויס ברחל בתך הקטנה, וואס הייסט אז עס איז די זעלבע קאריקולעם ווי א קאליזש? איר זענט אסאשיעטעד מיט א קאלעזש? באקומט מען "קרעדיטס" וואס ווערן גערעכענט אין די אקעדעמישע וועלט?
וואס געט עץ מער ווי עס איז אוועליבעל אנליין פאר אומזינסט? אדער ביי לינדא.קאם וכדומה?
וואס הייסט ביים היימישן עולם איז דא א "גרויסע" פראבלעם מיט קאמפיוטערס? דו רעדסט אפשר פון פערציג יעריגע אידן? אויב דו רעדסט פון אינגעלייט לעבט איר אויף א אנדערע פלאנעט.
יא! 75% אינגעלייט האבן אינטערנעט אין שטוב אדער אפיס, רוב אינגע ווייבלעך ווערן צוגעוואוינט אין אפיס עס צו ברויכן עס פאר שאפינג און צו טשעטן מיט די פרענדס, ב"ה נישט ביי מיר, אבער פון די אינגערע חברה איז עס שטארק איינגעריסן אז מען מאכט עס אינדערהיים סתם פאר שוואוילטאג.
אבער ווען איינער ברויך עס מכלומרשט זיך צו לערנען א פאך, אדער טייפען דעם רב'ס תורות, אדער צו מאכן פראגע צעטלעך פאר די אינגל מיט וועם ער לערנט ביינאכט, אדער צו פרינטן א "להלכה ולא למעשה" צעטעלע, דעמאלס איז שוין נישטא פון וואס צו רעדן, לית מאן דמיחש כלל, איז דאך עס א לכתחילה שבלכתחילה, מען טוט עס מיט א חשק אין א ברען, אויב איר ווייסט אנדערש, לעבן מיר אויף אנדערע פלאנעטן.
לגבי אדווערטייזן א ביזנעס אויף די פארום, איך גלייב עס איז א מיאוסע זאך צו קומען דורך א אונטער טירל בשעת די בעל בית שטעלט צו אדווערטייזמענט פאר געלט. אבער איך בין נישט בעל בית דא, זאלן די בעלי בתים טון ווי זיי פארשטייען.(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 04-05-12 03:36 AM דורך Luzer Mendel .)
א גיטן ר' אלעזר מענדל,
איך בעט אייך איבער און אנטשולדיג מיר אז איך פארשטיי נישט דעם גרויסן נפקא מינא צווישן וואס מיינט אנגעגריפן אדער צונעמען א נושא, איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער אדער א דיבעיטער, און עס קען זיין אז איך האב מיר אנטערגענומען אזאך וואס איך טויג נישט דערצו.
אבער אפולא ווען מיר זאלן אלע ווען אנעמען גלייך אז דאס איז אן עדווערטייזמענט האט קיינער נאך נישט געמאכט פון אייך נאראנים, און צו זאגן בלויז סטעטמענטס אן קיין שום יודע קען מערערע מאל מיינען אדער אויסקיקן אנגעגרופן און נישט בלויז צונעמען די נושא.
צו זאגן אז JTECH איז נישט קיין עסקנות איז בלויז א סטעטמענט אן קיין שום דעקונג
און אויב דאס איז אן אויפטו פאר אינגעלייט קענט איר בלויז איינמאל באזיכן דארט און זיך אליין איבערצייגן, עס איז אפען פאר יעדן דאס צו זעהן.
און אדרבא, אויב איז אייער פארלאנג אז איך זאל שרייבן מער דעטאלן, ווייל איר ווילט דאס אליין איינזען און פארשטיין ? נישט קיין פראבלעם, איר זענט וועלקאם צו פרעגן די פראגעס, און אויב איך וועל וויסן וועל איך אייך גערען ענטפערן, און אויב נישט וועל איך פראבירן צו געוואר ווערן.
איך האב נישט קיינעם פראבירט איינרעדן לשם מצוה ענינים, און איך האב נישט געשריבן דעם נושא "בלויז" ווייל איך וויל דאס עדווערטייזן, יא איך האב יא געוואלט צוקומען צו עדווערטייזן דאס אז ווער עס ווייסט פון איינעם וואס זיכט אדער פון אן עוועילעבל טעכנעלאגיע דזשאב זאל דאס איבערגעבן פאר זיי, און איך האב אויך פארגעסן צו שרייבן אז JTECH האט נאך א פארעם אויך, ווי זיי עדווערטייזן אלע עוועלעבל דזשאבס דורך א FREE האט ליין וואס קאסט "נישט" קיין געלט פאר קיינעם (איך וועל נישט שרייבן דא דעם טעלעפאן נומער ווייל עס זאל "נישט" הייסן קיין עדווערטייזמענט)
יא איך וועל מודה זיין אז איך בין נישט קיין ערפארענער שרייבער, אבער אויב זענט איר יא? דאן זייט מיר מוחל אויב וועל איך אייך זאגן אז עס פאסט נישט צו שרייבן וועגן יענעמס פריוואטע פרנסה.
דרך אגב "נישט צו עדווערטייזן" נאר צו ענטפערן אויף אייער פראגע, האט דער דיירעקטאר פון די JTECH א אנדערע ביזנעס שוין עטליכע יאר, דאס איז א ריקרוטינג און סטעפינג ביזנעס וואס רופט זיך POEL GROUP און ער איז טאקע דער באקאנטער היימישער עקזעקיאטיוו ריקרוטער/סטעפער, און איז גוט באקאנט אין אלע היימישע אידישע קאמיונעטיס, אויב האט איר א קאנעקשען מיט איינע פון די בעלי בתים פון די אלע באקאנטע פרעזטישפולע אידישע קאמפאניס, און איר וועט זיי פרעגן זייער מיינונג וואס זיי זאגן וועגן דעם, אדראבא איר וועט באקומען זייער א קלארן בילד וואס ער טיט.
אסאך קאמפאניס וואס האבן זיך אויפגעבויט און שיין מצליח געווען אין די פארגאנגענע פאר יאר האט POEL GROUP א גרויסן חלק אין זייער סעקסעס, דורך צושטעלן פאר די אלע קאמפאניס גאר געלונגענע עקספיריענס ארבייטערס און מענעדזשערס, און יעדער ווייסט אז POEL GROUP איז א ביזנעס דאס איז נישט קיין סוד, אויב איך האב נישט קיין טעות רעכענען זיי פון א יעדן בעל הבית 12% פון די ערשטע יאר געהאלט פון יעדע עקספיריענס ארבייטער וואס זי לייגן אריין אין א קאמפאני.
אבער JTECH איז יא אן ארגענעזאציע וואס מען האט טאקע וועגן דעם אויפגעשטעלט, זעהנדיג דעם קלארן בילד אין די עכטע פאקטן פון די נאנט וואס טיט זיך אפ ביים היימישן ציבור, און איך וועל דאס בעסער אויסשמיסן און איך האף אז מען וועט דורך דעם פארשטיין בעסער דעם נושא
און דאס זענען אלע פאקטן וואס איר קענט אליין אנרופן סיי וועלכען בעל הבית פון א נארמאלע סייז קאמפאני יעדער בעל הבית אדער דזשענעראל מענידזשער פון א יעדע קאמפאני וועט דאס אייך מודה זיין.
איך האב אויך היינט אינדערפרי אנגערופן ר' חיים דוד אין איך וועל אייך דא איבערגעבן בקיצר וואס ער האט מיר געזאגט, יעדער קען עם אליין אנרופן אדער טרעפן, ווער עס קען עם, ווייסט אז ער איז זייער אפען צו יעדען און איז מסבר פאר יעדן בסבר פנים אלעס וואס מען פרעגט עם.
לגבי עדווערטייזן אויף BALBOOS האט ער מיר געזאגט אז לויט זיין ידוע איז זיין מענידזשער שוין פארבינדן מיט די פארוואלטער פאר עטליכע וואכן צוריק, און עס איז אין סקעדשואל פאר עדווערטייזמענט שוין לאנג צוריק נאך איידער איך האב דא געשריבן (דאס איז אויך אזאך וואס מען קען געוואר ווערן).
לגבי JTECH
קודם די הישתלשלות הדברים
היות CDD זייענדיג א ריקרוטער דאס מיינט איינער וואס לייגט אריין עקספיריענס ארבייטער פאר קאמפאניס וואס דארפן האבן ארבייטער פאר געוויסע פאזיציעס און די קאמפאניס קענען בשום אופן נישט ווארטן און האבן נישט קיין צייט אויסצולערנען נייע ארבייטער דעם פאך ווייל זיי דארפן איינער זאל דאס שוין קענען און אויך מיט גיטע עקספיריענס, האט זיך ר' חיים דוד דערזעהן מיט אסאך יא! אסאך עוועלעבל דזשאב אפערטאנעטיס, וואס קאמפאניס בעטן זיך ביי עם אז ער זאל זיי ברענגען גיטע און היימישע ארבייטער, און ר' חיים דוד זיכט ארום אזעלכע סארט ארבייטער און עס איז ליידער זייער שווער צו טרעפן אין די היימישע קאמיונעטיס אזעלכע וואס קענען די סארט ארבייט, און ער איז אנגעוויזן צו זיכן אזעלכע סארט ארבייטער אינדרויסן פון אונזער קאמיונעטיס
אדראבא א קליינע דוגמא, פרעגט אייך נאך וויפיל פון די היימישע אינגעלייט קענען היינט צו טאג די סארט פראגרעמס אדער דעטעבעסעס אדער פרעמווארק וכדו.?
Dreamweaver, Dynamic HTML, Flash, ActionScript, AJAX, CGI/Perl, ColdFusion, Java, PHP, MySQL, Visual basics, C Programming, C#, ASP, Oracle, SQL Server
זייער ווייניג קענען דאס, און די פארלאנג פון די היינטיגע סארט סארוועס ביזנעסער זענען אסאך מער אנגעוויזן פאר די סארט ארבייטער ווי בוקקיפערס אדער אקאנטענטס.
און דער פראבלעם איז טאקע ווייל אויב לערענט מען זיך נישט אויס געהעריג בעסיק קאמפיוטערס דאס מיינט קענען גיט אויך געהעריג עקסעל און עקסעס, אויב פארשטייט מען נישט דעם קאנסעפט פון די סארט פראגרעמס, נאר מען קען זיך בלויז ארום שפילן און מאכן א צעטעלע, קען מען נישט אריינטאנצען אין די צווייטע סטעפ און זיך אויסלערנען גיט די טיפערע זאכן, די אלע וואס האבן דאס פראבירט צו טאן האבן קודם פארברענט הינדערטער שעות פאר גארנישט ווייל זיי האבן זיך נישט געלערנט ווי אזוי מען ארבייט מיט די כלים אזוי ווי מען דארף.
ווען א אינגערמאן קען שיקן אן אימעיל אדער ארבייטן מיט א בלעקבערי מיינט נאך נישט אז ער קען בסיק קאמפיוטערס.
עס קומען ארויף צו JTECH אסאך אינגעלייט מיט אלע סארטן פון די עלעקטראניק געזשעטס און זיי הייבן נישט אן צו וויסן וואס דאס מיינט עקסעל אדער א דעטעבעס וכדו.
דעריבער האט מען געפענט דעם דזשעטעק אז אינגעלייט זאלן קענען אנהייבן פון א' וויסן קודם גיט וואס די אלע אפיס פראגרעמס זענען און ווי אזוי מען באניצט זיך מיט זיי, און דערנאך גלייך קענען גיין צו די נעקסטע סטעפ,
עס איז אויסגעשטעלט אז מען קען קומען ווען מען וויל פון אינדערפרי ביז שפעט ביינאכט, א יעדער איינער קען זיך מאכן אליין זייער סקעדזושעל, מען דארף נישט זיין אנגעוויזן און ווארטן אויף א טיטשער, און קיינער דארף זיך נישט שעמען איבערצופרעגן אזאך וואס ער פארשטייט נישט אז דער גאנצער קלאס זאל לאכן פון עם, אדער אויב ער פעלט פון א קלאס איין אדער צוויי טאג האט ער דערלייגט די גאנצע זאך וכדו.
און יעצט ברחל בתך הקטנה, וואס הייסט אז עס איז די זעלבע קאריקולעם ווי א קאליזש? איר זענט אסאשיעטעד מיט א קאלעזש? באקומט מען "קרעדיטס" וואס ווערן גערעכענט אין די אקעדעמישע וועלט?
יא! דאס איז אזעלכע סאפטווער וואס איז געבויט געווארן דורך איינע פון די גרעסטע מעניפעקטשערעס וואס פאברעצירן די קעריקעלעם פאר גרויסע קאלעזשעס, JTECH האט געמאכט א קאנטראקט מיט זיי, און א יעדע קורס וואס איינער גייט אדורך לערענט דאס די זעלבע קעריקעלעם וואס מיליאנען מענטשן לערנען זיך כהיום אין אמעריקע און איבער די פארגעשריטענע וועלט.
ר' חיים דוד זאגט אז מיר האבן דאס ספעציעל נישט אויסגעשטעלט ווי א קאלעדזש, כדי צו קענען קאסטעמייזן געוויסע פראגרעמס אז מען זאל לערנען נאר דאס וואס עס פעלט אויס לגבי די פרנסה
אויב איינער וויל דווקא האבן ספעציעלע קרעדידס פון א קאלעדזש, ווייל ער וויל ווערן א דאקטער אדער א לויער? איז טאקע JTECH נישט דער פלאץ פאר עם, אבער ר' חיים דוד זאגט מיר אז רוב ריבו פון אלע קאמפאניס מיט וועם ער האנדלט כסדר, ווען זיי זיכן ארבייטער זיכן זיי די עקספיריענס חלק אין די פאך, און נישט די קאלעדש קרעדיטס, JTECH איז ספעציעל געמאכט געווארן אז מען זאל זיך קענען לערנען דעם פאך און דאס איז וואס רוב קאמפאניס זיכן היינט.
אויף די פראגע: וואס געט עץ מער ווי עס איז אוועליבעל אנליין פאר אומזינסט? אדער ביי לינדא.קאם וכדומה?
קודם כל – לינדא - איז בלויז א ווידיא, די חסרון פון ווידיא איז אז אויב מען זעהט אזאך וואס מען פארשטייט שווערלעך קען מען זייער גרינג איינשלאפן אינדערמיטן, און צווייטענס רוב פון לינדא'ס פראגרעמס איז פאר advanced users אין נישט פארbeginners
רוב פראגרעמס וואס JTECH שטעלט צו איז נישט בלויז ווידיאס, און ניין! דאס טרעפט מען נישט פאר FREE אויפן אינטערנעט, דאס איז א ספעציעלע סאפטווער וואס איז ספעציעל אהערגעשטעלט געווארן פאר סטאדענטען אז זיי זאלען קענען לערנען און זיך אויך דערלערנען, דער קאמפיוטער לערענט זייער קלאר אין דייטלעך אויף 3 אויפנים עס רעד, עס ווייזט אן פונקטליך וואס מען זאל טאן, און עס פרעגט דערנאך שאלות, און נאך יעדע סאבדזשעקט איז דא א טעסט וואס מען דארף אויספילן, מען באקומט אן אטאמאטישער שיינעם אויסצייכענונג אויב מען דערגרייכט א מינימום 75-80 פערצענט מארק אויפן טעסט.
מען מיז ארבייטן מיטן קאמפיוטער א גאנצן צייט אויב איינער שלאפט איין אינמיטן אדער ער טיט נישט וואס דער פראגרעם הייסט עם, גייט דאס נישט אליין ווייטער, ר' חיים דוד זאגט אויך פאר א יעדן וואס וויל זעהן וואס און וויאזוי דאס ארבייט, געט ער פאר יעדען איינעם א פרי טעסט, צו זעהן וויאזוי דאס ארבייט און צו דאס איז געאייגנט פאר עם.
וועגן די פערצענטן פון וויפיל עס האבן יא אדער נישט אינטערנעט ביים היימישן ציבור איז באמת נישט דא דער נושא, נאר דרך אגב וואלט איר זיך אליין געקענט איבערצייגן אין איך שטעל זיך פאר אז איר וואלט דערשטוינט געווארן זעהענדיג אז די וואס האבן שוין יא אינטערנעט אויף זייער טעלעפאנען אדער אינדערהיים קומען ארויף צו JTECH אין ווייסן נישט בחייכון וואס מיינט ארבייטן אויף א קאמפיוטער, אפגערעד פון אזעלכע 19 – 20 און 25 יעריגע אינגעלייט וואס קומען ארויף און יא! די ערשטע מאל וואס זיי כאפן אן דעם מאוז און עס איז דאס ערשטע מאל וואס זיי דריקן די קנעפלעך פון א קיבארד
נאכאמאל JTECH געפינט זיך נישט אויפן הרי ארראט עס איז אפען פאר יעדען איינעם די אלע זאכן קענמען זיך אליין צו איבערצייגן
און לויט מיין חשבון פון בעטן בלויז 10$ א שעה אדער 147$ אויפן וועבסייט וואס א גאנצע פעקידזש אנגעפילט מיט אזויפיל וויכטיגע קארסעס וואס דארף קאסטן געווענדליך אין א קלאס זיך צו לערנען פריוואט א מינימום 2 אדער 3 אלפים, זעהט מיר נישט אויס אז דאס איז געמאכט פאר ביזנעס...
היות איך בין אינוואלווד אלס וואלענטיר אין דעם פראדזשעקט וויל איך אייך אויך צוויסן טאן אז עטליכע מענידזשערס און בעלי בתים פון היימישע גרויסע קאמפאניס שטייען אינטער דעם JTECH פראדשעק.
און אויב איז דאס יא באשערט צו זיין א סעקסעפולע ביזנעס ווינטש איך זיי מיטן גאנצן הארץ אז דאס זאל זיי ברענגען גרויסע השפעות, ווייל אויב זעהט מען ווי אינגעלייט קומען צוריק צו פארן פון בארא פארק, פון קרית יואל, פון מאנסי, פון סקווער, א יעדען טאג, זיי ווערן נישט מיד פון קומען צו JTECH זיך צו לערנען, איז דער פשט אז JTECH דערליווערט יא עפעס וואס זיי האבן שטארק א הנאה דערפון, דעריבער בין איך זיכער אז אויב וועלן זיי אי"ה מצליח זיין פינאנציעל וועלן נאך אסאך אידן קענען געניסן דערפון אי"ה
חג כשר ושמח
יוסי געשטעטנער טענה'ט די זעלבע אויף א שאו
לויט אים ברויך מען געבן מער עדיוקעישן פארן עולם אז מ'זאל קענען ארויסגיין ברענגען פרנסה
יאנאש אז די ברענגסט פון יאסי ברענג די גאנצע.
איך ווייס נישט פון וועלעכע שאו די רעדטס, טאויב מעגליך ביטע ברענג א לינק, אבער איך ווייס וואס יאסי האלט אין איין שרייען, די זעלבע ווערטער ווי מיר. די גאווערנמענט לאזט אינז נישט זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס. די קענסט נישט זיך לערנען עדוקעשן צו ברענגען פרנסה ווען די גאווירנמענט שטייט דא נעבן דיר מיט אויסגעשטרעקטע ארעמס אנגעפילט מיט גרינע און שרייט מיט א לאודספיעקיר. האלט! אויב ביסטו ארעם שטאפ איך דיך מיט 60,000 א יאר. און אויב נישט נעם איך פון דיר 30,000 א יאר. עס ארבעט נישט און לאגיק.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 04-12-12 11:04 AM דורך מנחם .)
אנטשולדיגט אלעזר מענדל אבער איך זע נישט קיין 75% אינגעלייט מיט אינטערנעט, מען רעדט פון אינגעלייט וואס ארבייטן נאכנישט
דא האט איר ר' מנחם
http://www.youtube.com/watch?v=qki0xJgUZ...ata_player
איך בין נישט געווען זיכער אויב מען מעג דא לייגן לינקס צו יו-טאב
כ'האב עס אנגעהויבן צו זעהן פאריגע וואך, און נאך אפאר מינוט צוגעקנאקט.
איך מיז דיר זאגן אז דער יאסי זאל זיין געזינט האט זיך אינגאנצן פאר'הרג'ט, עכ''פ ביי מיר האט ער פארלוירן זיין גאנצן קרעדיביליטי.
איך בין נישט אינטערעסירט אריינצוגיין אין א דיסקאשען איבער וואס ער האט יא גוט געזאגט אדער נישט, אבער בכלליות איז די פוינט אז מ'גייט נישט צו צו אזא אינטערוויאו אן זיך גוט צוגרייטן וואכן און חדשים בעפאר, כ'מיין די ווילסט דאך פארטרעטן דא דעם גאנצן חסיד'ישן אידנטום, דאס איז נישט קיין קלייניקייט, דאס מיז ווערן אראפגעשטעלט מיט אן אחריות'דיגן פונקליכקייט און אויסגעהאלטענקייט, עס איז זייער טריקי צו פארשטיין די חילוק וואס צו רעדן ווען מ'רעדט פאר אייגענע, ווען מ'רעדט פאר פרעמדע אידן און ווען מ'רעדט פאר גוים, עס איז כרחוק מזרח ממערב,
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 04-17-12 12:55 PM דורך מנחם .)
well menachem only 810 people saw this video
so nish geferlich