באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / קאמפיוטער - טעכנאלאגיע

ווינדאוס 8 בעטא איז דא!

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=316

Luzer Mendel · 2012-02-29 22:38 · ווינדאוס 8 בעטא איז דא!
עס איז היינט ארויסגעקומען די לאנג ערווארטעטע ווינדאוס 8 "קאסטומער ריוויא ווערסיע".
עפעס אזוי ווי א בעטא, נישט %100 פערטיג, אבער גענוג גוט פאר מענטשן צו פרובירן און נוצן.

[Image: windows-8-metro-ui1.jpg]

מען דארף עס בוירנען צו א DVD און דערנאך אינסטולירן אויפן הארד דרייוו, מען מוז נישט אויסמעקן די יעצטיגע ווערסיע פון ווינדאוס, מען ברויך אבער מאכן א נייע פארטישאן אויפן הארד דרייוו.

ווער עס ווייסט נישט וואס ער טוט זאל עס בעסער נישט פרובירן, נאר אויב מען קען באשטיין צו פארלירן די פיילס וואס מען האט יעצט אויפן קאמפיטער.

http://windows.microsoft.com/en-GB/windows-8/download
זרח · 2012-02-29 23:18 · RE: ווינדאוס 8 בעטא איז דא!
נא לאזער מענדל איך שטעל מיר פאר אז די האסט עס שוין פראבירט, וואזוי קוקט עס אויס? וועט זיך לוינען צו אפגרעידן?
זרח · 2012-03-01 16:28 · RE: ווינדאוס 8 בעטא איז דא!
עס קוקט אויס מוראדיגע חידושים
טעקנישאן · 2012-03-19 21:56 · RE: ווינדאוס 8 בעטא איז דא!
פארוואס זאגסטו אז מ'דארף עס בורנען צו א סידי די אינסטאלעישאן פייל איז געניג,
יא ס'האט אסאך חידושים, קוקט אויס ס'גייט זיין שווער פאר עלטערע זיך אויסצוקענען דערמיט,
דערווייל איז עס נישט רעקאקאמענדירט צו אפדעיטן.
א שטארקע טויש איז דאס אוועקנעמען די סטארט מעניו.
שמעלקא · 2012-03-20 14:33 · RE: ווינדאוס 8 בעטא איז דא!
אינטערעסאנט - רוב מענטשן רעדן זיך טאקע אפ אויף דעם פארשוואונדענעם START מעניו.

אבער מייקראסאפט טענה'ט אז אויב לייגט מען אהין דעם מייזל (ביים לינקן ווינקל, אונטן, וואו דער איצטיגער סטארט מעניו געפינט זיך) שפראצט ארויף א סטארט באטן כבשנים קדמוניות, און גיבט אלע אפציעס.

און בכלל אין ווינדאוס 7 איז זיך רוב עולם נוהג (וגם אני בתוכם) אז איך גיי נישט מיטן מייזל זוכן א געוויסע זאך, נאר איך טייפ אריין. למשל איך וויל עפענען דעם פעינט פראגראם אין ווינדאוס, דרוק איך דעם סטארט קנעפל און כ'טייפ PAI און טרם יקראו ואני אענה (להבדיל בין קודש לחול) נאך איידער מען ענדיגט טייפן ערשיינט שוין PAINT אויף די ליסטע, און איך גיב א דרוק דערויף און היידא, כ'בין אינווייניג.

זאגט מייקראסאפט, אז אין ווינדאוס 8 דארף מען ניטאמאל דרוקן דעם סטארט באטן אדער עפעס אנדערש. מען קען בלויז אנהייבן טייפן אין די וועלט אריין און ווינדאוס וועט שוין אליינס פארשטיין כאילו וואלסט דאס געטייפט אינעם סטארט מעניו.

פארפאלן, רוב עולם האט נישט ליב קיין טשעינדזש (קרעדיט: די רעפובליקאנער VS אבאמא), בפרט ווען די טשעינדזש איז דזשאסט פאר די סעיק אוו טשעינדזש, אן קיין אמת'ע סיבה דערצו. ממילא איז רוב אפרופן אויף דעם נייעם ווינדאוס 8 זייער נעגאטיוו. כאטש די קלענערע פראצענט וואס טוען דאס יא אויסלויבן, זענען איבערראשט פון עטליכע נוצבארע פיטשעווקעס, און בעיקר פון די געוואלדיגע שנעלקייט (ווינדאוס 8 צינדט זיך אן אין ווייניגער ווי האלב צייט פון ווינדאוס 7 - ד.ה. אין ווייניגער פון א האלבע מינוט פון ווען מען צינדט אן דעם קאמפיוטער ביז מען קען ארבייטן דערויף, און אויב האט מען נאך אן SSD דרייוו, איז עס נאך פיל שנעלער).
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 03-20-12 02:39 PM דורך שמעלקא .)