באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / שאר ירקות

בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=313

Luzer Mendel · 2012-02-16 23:39 · בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
איך בין אויף די רעקארד פון שרייען און מעורר זיין אנליין אין אפליין, איבער די אנגייענדע קאמף וואס ווערט געפירט מיט די יהדות הצרופה והנאמנה אויף פארשידענע פראנטן.

די ערשטע איז די לינקע ליבעראלע מידיע, וואס פירט א קאמף מיט רעליגיע בכלליות, כידוע לכל מבין, עס איז נישט איבערגעטריבן, עס איז דאקומענטירט, עס איז א פאקט, און א טייל פון זיי, די עקסטרעמע, זענען עס מודה אן קיין בושה.

דערנאך איז דא די אידישע קעמפער, די מאדערן ארטאדאקס, כדוגמת הרשע מפיר ברית משה דוד טענדלער וואס פירט זיינע אייגענע מלחמות מיט אייגענע אגענדעס.
אויך אנדערע שטארק מאדערענע וואס זענען אלץ דא צו געבן מיאוסע סטעיטמענטס פאר די פרעסע ווען עס מאכט זיך עפעס א פראבלעם ביי אונז, קומען די אינדערויסענדע "מומחים" און זיי זענען אלעס מסביר, ווייל זיי ווייסן דאך, זיי זענען דאך די שטודירטע פראפעשאנעלס אויף אידן.
א שטייגער ווי ווען עס איז געווען די מערכה אקעגן די צייטונג מיט גברת קלינטאן.

דערנאך איז דא די נחשלים פון אונזער מחנה, דאס איז די ערגסטע פון אלע, אין אמת’ן איז אלעס א חלק פון א קאמף מיט פרומקייט וואס גייט אן אונטער אונזער נאז, און אז מיר וועלן זיך נישט באצייטענס אויפוועקן, וועלן מיר זיך זען אין אזא זומפף וואס וועט זיין אוממעגליך זיך ארויסצוזען (השם ירחם)

א גרויס חלק דערין האבן עטליכע “היימישע חסידישע” זינגערס, וואז האלטן און איין העצן, מיט זייערע ניגונים, מיט זייערע אויפטריטן אויף זאב ברענער און אנדערע סטאנציעס, און מיט סטעיטמענטס צו די מאדערענע פרעסע.

א חלק פון אזוי גערופענע עסקנים, וואס מיינען אז מען קען נישט אנדערש אויפטון פאר טשיילד מאלעסטערס און אנדערע אינערליכע פראבלעמן נאר מיטן גיין צו די פרעסע און צו די מאדערענע וועלט.

א חלק זענען בלאגס, נייעס זייטלעך וואס בויען זיך פארמעגנס און פרעסטיזש אויף אונזער בלוט, ווייל מיטן אויפדעקן אזוי גערופענע קאנטראווערסיעס בויען זיי זיך גרעסער.

א חלק קומט ווען איין חסידות לויפט צו די פרעסע צו האקן זייערע בר פלוגתות.

**************************************

לעניננו, עס איז יעצט ארויסגעקומען א ביכל פון א פרוי, דבורה פעלדמאן (בערקאוויטש), זאל זי אייננעמען א מיתה משונה בעגלא ובזמן קריב, אמן, פון א וויליאמסבורגע משפחה, זי איז געווארן פריי, האט זי ארויסגעגעבן א ביכל באשרייבענדיג אירע "העלדישע" טאטן, נעמליך אז זי האט באוויזן צו אנטלויפן פון ווילאמסבורג און געווארן פריי (!).

עס ווערט געדריקט דורך די פרעסטיזשפולע "סיימען און שוסטער" פאבלישערס.
ווער עס ווייסט וויאזוי עס ארבעט אין די ביכער וועלט, ווי א גרעסערע פערזענליכקייט מען איז, קען מען אנקומען צו א מער פרעזסטיזשפולע פאבלישער, געווענליך וועט א אומבאקאנטע שרייבער קיינמאל נישט אנקומען צו א גרויסע פאבלישער, עס איז א חידוש וויאזוי זי איז אנגעקומען צו "סיימען און שוסטער", די פשוטע הסבר איז, ווייל זי איז געווען גרייט ארויסצוקומען מיט "סקאנדאלן" און אינערליכע אויפדעקונגען" און זי איז דאך א "אינסיידער" בנוסף צו אביסל אנטיסעמיטיזם און די שידוך צווישן שקר און שלימזל איז געשלאסן געווארן.

על כל פנים, איך וועל נישט אריינגיין אין קיין פרטים, איך האב עס נישט געליינט, עס איז קלאר אסור צו ליינען, כידוע מצדיקים האיסור לקראת בספרי השכלה ומינות. איך האב נאר געזען שטיקלעך נאכגעברענגט אין די פרעסע, לגיונות מיט שקרים אז די האר פון קאפ קענען זיך אויפשטעלן. עס הערשט א קורפיו אויף די גאסן, מיידלעך טארן נישט גיין אויף די גאס נאכדעם וואס עס ווערט טונקעל, מען קאנטראלירט און מען קוקט יעדעם נאך אין שטוב אריין.
פארשטייט זיך אז מען האט איר "געוואלט" מאלעסטן, ווען זי האט דערציילט פאר איר זיידע אז א עלטערע מענטש האט גערעדט צו איר, האט איר די זיידע געזאגט, פארפאלן, ער איז עלטער פון דיר ברויכסט האבן רעספעקט...

אין וויליאמסבורג גייט מען נישט צו קיין דאקטורים, מען קערט נישט פאר קיין סעפטי, מען זאגט אז דער באשעפער וועט שוין העלפן...

אזאנע גראבע און געמיינע שקרים אז אנרופן איר א שקרן איז ווייניג געזאגט.

זי האט באקומען אינטערוויאס אין די גרעסטע טעלעוויזשאן פראגראםס, דארט האט זי ערקלערט אז חסידישע פרויען קענען ליינען ענגליש אויף די לעוועל פון א פערטע קלאס קינד...

צום סוף איז זי אנטלאפן פון ווילאמסבורג מיט א געוואלדיגע מסירת נפש (עס איז ארומגענומען מיט שטעכל דראט און שומרים מיט הייס געווער) זי האט זיך איינגעשטעלט איר לעבן בלויז פאר איין סיבה! זי האט זיך געזארגט אויף די סעיפטי פון איר קינד! ווי נעמט מען נאך אזא העלדין?

יא, "סיימען און שוסטער" האט עס אפגעדריקט...

וואס איז געווען די רעספאנס פון אונזער ציבור? פארשטייט זיך א שטיל שווייגעניש, נאר וואס דען? מיר זענען מומחים זיך צו לאזן שפייען און טרעטן. נאר אויב וועט מען הערן נעקסטע וואך אז די סיטי צו די די עי גייט אונטערנעמען א אויספארשונג איבער סעיפטי אין וויליאמסבורג וועט מען אנהייבן פארפירן "אנטיסעמיטיזם". פארוואס פארשטייט קיינער נישט אז זאכן געשעען נישט אין איין טאג, מען זייעט קערענדליך מען לייקענט נישט, מען שווייגט, שתיקה כהודאה! און עס ווערט וואס עס ווערט.

די פראבלעמען אין ארץ ישראל מיט הדרת נשים איז אויך נישט געשען אין איין טאג, די נושרים דערציילן סודות, די אינווייניגסטע נחשלים מסר'ן, די פרעסע העצט שוין יארן, און לסוף פלאצט עס ווי א פייער באמבע.

דא וועט נישט זיין אנדערש ה"י. איינער פון די נושרים שמואל כ. א וויליאמסבורגער בחור וואס איז יעצט אין קאליזש האט שוין פראקלאמירט א צייט צוריק "אקיופיי ראדני" אויף איינע פון זייערע זייטליך, ווייל די סאטמארע שול אויף ראדני סטריט איז לויט אים די סימבאל פון רעליגיעזע אונטערדריקונג און מח וואשונג, און איך זאג אייך, איין טאג וועלן זיי נאך אנקומען מיט א פאליצייאישע וואך. און עס וועט נישט זיין וואס צו טון. קיין איין פאליטישאן הייבט נישט אן מיט די אקיופייערס.

********************

ועל של עכשין באתי,
איינע פון די ערגסטע בלבולים אירע, איז ממש א פשוטע בלוט בלבול! בלוט בלבול תשע"ב!

(זייט מיר מוחל פארן ברענגן די גרויזאמע פרטים, ההכרח לא יגונה, אז נישט וועט איר מיינען אז איך טרייב איבער און נישט וועלן פארשטיין מה כל הרעש, מיר זענען אלע ערוואקסענע דא, די בלוט בלבול איז אויף אונז, מיר און דיר, סאו שטעק נישט די קאפ אין וואנט)

לויט איר, האט פאר צוויי יאר צוריק אין א פרייטאג נאכמיטאג האט א קרית יואלע טאטע געכאפט זיין דרייצן יעריג קינד צורירן ווי מען טאר נישט. האט ער אים אפגעשניטן די אבר הברית מיט א זשיג-סא (עלעקטערישע זעג) און דערנאך אים איבערגעשניטן די אדערן פון די האנט און דער דרייצן יעריגער בחורל האט אויסגעבליט און איז געשטארבן אין די בעיסמענט פון זייער הויז.

ווען די קרית יואל הצלה איז אנגעקומען, האבן זיי געמאכט א שווייג, און ביז א האלבע שעה איז דאס קינד שוין געווען באגראבן, מען האט נישט פארציילט פאר די פאליס, און מען האט ניטאמאל ארויסגענומען א דעד סערטיפיקאט, נאר באגראבן און שוין, אלעס כדי די טאטע זאל חס ושלום נישט לייידן קיין קאנסקווענצן פארן הרגנען זיין זון.

די מעשה האט זי אליין געהערט פון איר מאן וואס האט עס אליין געהערט פון זיין ברודער וואס איז א הצלה מעמבער אין קרית יואל, עד כאן המעשה.

און יא.... סיימען און שוסטער האט עס אפגעדריקט! א בלוט בלבול! א בלוט בלבול פשוט און פראסט!
...........................

פון ווי איז געקומען די ישועה? ווער האט עס אפגעווארפן? אונזערע עסקנים? כלל טוער? אוודאי נישט! וואס עפעס? וואס פעלט עס אויס? מען איגנארירט און פארטיג.

די ישועה איז געקומען דורך א צווייטע מרשעת, העלע ווינשטיין, זי איז נישט קיין היימישע, אבער א איד, און זי האט ארויסגעגבן א העסליכע ביכל אויף חסידים מיט עטליכע יאר צוריק, מלא שקרים וכזבים, בייזוויליגע ליגענטס און גוזמאות, אבער דאך נישט אזוי געפערליך ווי דבורה פעלדמאן, סוף כל סוף איז זי דאך נישט קיין היימישע.
אבער אזוי ווי די כלל פון כל אומן שונא בני אומנתו, האט זי נישט געקענט פארגינען די כבוד וואס פעלדמאן באקומט בעת אירע ביכער זאמלען שטויב. האט זי געמאכט א קליין ביסעלע ריסערטש, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט, וואס מיר אלע ווייסן, אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א בלבול.

זי האט אויפגעוויזן אז קודם כל איז יא דא א פאליס רעפארט און א דעד סערטיפיקאט, דער בחור איז געווען צוואנציג נישט דרייצן, ער האט ליידער געהאט מיט די נערוון, און ער האט זיך ליידער ליידער גענומען דאס לעבן השם ישמרנו ויצלנו ויאמר לצרותנו די, איבעריג צו זאגן אז זיין קערפער איז געווען גאנץ און גארנישט האט געפעלט. די אלע פאקטען זענען באשטעטיגט דורך די פאליס און די מעדיקעל עקזעמינער וואס איז "גערופן" געווארן דורך די הצלה און פובליק סעפטי, אן קיין שום פרואוו פון א קאווער אפ. זי האט באוויזן צו טרעפן די נעמען פון די פאליס אפיסערס וואס זענען דארט געווען און אלע איבעריגע פרטים אן קיין שום שוועריקייטן. און אנדערע ווערטער, יעדער וואלט עס געקענט גרינג טרעפן, אויב מען וועלט נאר זיך גענומען די טירחה צו קוקען.

סיימען און שוסטער און דבורה פעלדמאן האבן נישט געענפערט קיין טעלעפאן רופן אין אימעיל אנפראגעס.

עד כאן פון העלע ווינשטיין, ארויסגעקומען היינט נאכמיטאג אין די "זשואיש וויק"

אילו זכינו, וואלטן מיר עס אליין אנדעקט, ועכשיו שלא זכינו, אין הקב"ה מקפח שכר כל ברי'

?????????????????????????????????????????????????

וואס גייט כלל ישראל יעצט טון דערוועגן? דאס איז די פראגע וואס שרייט ביזן הימעל!!!!!

???????????????????????????????????????????????????

איך זאג עטליכע זאכן,

ארגענעזירן א פראטעסט אקעגן סיימען און שוסטער, אז מען האט שוין יא עפעס זאכליכע פאקטן, זאל מען גיין ביזן סוף! נאר אזוי וועט ווערן א שטורעם אין די בוך וועט ווערן דיסקרעדיטעד.
זאלן זיי זייין געצווינגען צו פארדאמען די בוך און צוריקנעמען פון די געשעפטן!

באטראפענע משפחות, הצלה און וויליזש פון קרית יואל זאלן סטראשענען מיט אריינגעבן קלאגעס אין געריכט! ( א סייד בענעפיט וועט זיין אז די מרשעת וועט ווערן פונדאסניי דעפרעסד, יעצט שוין אלץ פרייע, זי מיינט אז נאר חסידים טארן נישט עובר זיין אויפן געזעץ)

מען זאל שאפן א "טעסק פארס" פון אלע היימישע חסידותער און קהלות וואס זאלן זיך אפגעבן מיט נישט לאזן באשמיצן אונזער עולם, סיי דורך מזידים און סיי דורך די פרעסע וואס איז אפטמאל נישט להכעיס. אבער זיי באשמיצען אונז אן טראכטן א מינוט, ווייל מיר זענען א ווייכע טארגעט. די שווארצע וואגט מען זיך נישט צו באשמיצן, ווייל מען ווייסט די נאכפאלגן!

שנאת ישראל קען מען נישט אינגאנצן פארלעשן, אבער מען מוז האלטן די פייער אנדער קאנטראל! עס איז נישט קיין תירוץ גארנישט צו טון! ווייל ווען אז עס גייט ארויס פון קאנטראל איז איום ונורא, השם ישמרנו.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 02-17-12 12:59 AM דורך Luzer Mendel .)
מנחם · 2012-02-17 00:43 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
בארואיגט אייך לוזעא מענדל. דער ביכל האט נישט קיין הענט טון קיין פיס. קיין איין נארמאלער גוי גלייבט נישט איינעמס חלומות וואס האט נישט קיין פרוף.
די קענסט זעהן אויף עמעזאן די ריוויאוס, וואס אגב איז דאס די בעסטע וועג אפצושטעלן די גאנצע טעראראם, ווי דער עולם שמייסט גוט אריין דארטן. איך ראט דיך אויב די קענסט גוט שרייבן ענגליש זאלבטו קויפן א בוך און לאזן וויסן דיין מיינונג דארטן. עס קען אסאך העלפן.
ווער נישט פארלוירן פון די נאמען פונעם פאבלישער. הגם ז׳מאכט אביסל אויס. אבער אז זיי לאזן דריקן אזויפיל שטותים, אן קיין פרוף, אונטער זייער נאמען קען עס זיי נאר שאטן
ביי די וועי עס איז נישט אזא גרויסע חידוש אז ס׳איז אנגעקומען צו זיי, ווייל די שיקסע איז א באקאנטע גוטע שרייבער.
Luzer Mendel · 2012-02-17 01:46 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
"קיין איין נארמאלער גוי גלייבט נישט איינעמס חלומות וואס האט נישט קיין פרוף "
מנחם, וואס רעדסטו ווען דו ווייסט נישט?

עס האט גורם געווען א ערד ציטערניש, אלע באוואונדערן ווי א בוך ווערט אויפגענומען מיט אזויפיל מידיע דעקונג, און דא שלאפט מען.
זי איז געווען אויף בארימטע טיווי פראגראמען וואס רעדן אפילו נישט געווענליך פון קיין ביכער, ABC האט א שרייעדיגע קעפל "פרוי באפרייט פון חסידישע גיהנום" צווטונגען איבער די וועלט, נישט נאר אין אמעריקע באשרייבן איר. שוין אפגערעדט פון די פאוסט און די אנדערע לאקאלע פעיפערס.
זי איז געווארן א סעלעבריטי איבער נאכט, אלעס אויף אונזער חשבון.
ליין די קאמענטס אויף די אלע סייטס, איך בין קראנק דערפון, זיי גלייבען נישט? ביזט אויפן קאף געפאלן? הונדערטער קאמענטס אויף יעדע סייט, זיי גלייבען שוין איינמאל און זענען מוסיף נופך משלהם.

אפילו אונזערע אייגענע ברודער, די אידישע צייטונגען נעמען זיך נישט אן פאר אונז, זיי רעדן נאר מיט קעלבערנע התפעלות פון די געוואלדיגע העלדישקייט, אוי! ס'ציפט!
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 02-17-12 01:49 AM דורך Luzer Mendel .)
קוועטשער · 2012-02-17 02:11 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
(02-17-12 01:46 AM)Luzer Mendel האט געשריבן:  "קיין איין נארמאלער גוי גלייבט נישט איינעמס חלומות וואס האט נישט קיין פרוף "

איך גלייב אז עס זענען זיכער פארהאן טויזענטער גוים וואס קוקן אנדערש אן דעם חסידישע איד ווי בעפארן ליינען די בוך.
ווי אויך זענען ליידער פארהאן אסאך ערב רב וואס שרייבן אויף די אזוי געריפענע היימישע וועפ זייטלעך וואס דארף קלאמפערשט פארטרעטן די היימישע עולם, לטובות די מרשעת
מנחם · 2012-02-17 11:34 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
איך האב באצויגן מיינע ווערטער איבערן בוך.
לגבי די שמיציגע מידיע דעקונג בין איך איינשטימיג אז דאס איז געפערליך. ערגער ווי די משומדים האבן געטוען אין יוראפ 200 יאר צוריק.
די איינציגסטע עצה איז עס אפצושלאגן מיט קאמענטס ביי די נייעסן ווי ס׳ווערט באריכטעט. דאס איז די איינציגסטע, און אויך ביליגסטע, וועג
shlomyg · 2012-02-17 11:37 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
ס'איז ליידער גאנץ הויעך אויפן עמעזאן ליסט
אבער איך זעה עס האט 16 נעגעטיוו פידבעק , די פידבעק האלט ביי 3 סטארס איך מיין מען זאל ארויפלייגן נאך א צוואנציג נעגעטיוו פידבעק דאס קען העלפן
זרח · 2012-02-17 12:18 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
איינער זאל - לתועלת הרבים - ארויפלייגן עטליכע נוסחאות וואס מען קען שרייבן
אין אפילו אויב א גוי גלייבט נישט די גאנצע גלייבט ער די האלבע
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 02-17-12 12:18 PM דורך זרח .)
אברעמל · 2012-02-17 12:49 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
מנחם, מענטשן גלייבן דאס וואס זיי ווילן גלייבן. און יא, יעדער 'נארמאלער' גוי האט א אינטערעסע צו גלייבן אז די שווארצע באבערדעלטע אידן פון א אפסטעיט ניו יארק זידלונג, זענען עלול צו הרג'ענען די קינדער אויב זיי גייען נישט אין שפאן מיט זייערע רעליגיעזע אנשויאונגען.
מען האט אונז אזוי פיינט, אז קיינער טראכט נישט צוויי מאל פארן אפקויפן לאקשן אויף אונז.
ווילסט וויסן עד היכן מגיע שנאת ישראל? בשעת די לייבי קלעצקי טראגעדיע ה"י, האב איך געזעהן אויף די קאמענטס פון איינע פון די פראמינענטע ניייעס זייטלעך, ווי איינער שרייבט ווי פאלגענד: one less to breed 8 more. פארשטאנען? בשעת א אומשולדיג קינד ווערט צושניטן אויף שטיקער, פייערט ער זיין נצחון אז עס וועט זיין איינער וויייניגער וואס וועט ברענגען נאך אכט קינדער אויף דער וועלט.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 02-17-12 12:54 PM דורך אברעמל .)
מנחם · 2012-02-17 12:57 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
zurech, here you go. please publish it before the weekend. so a lot of goyim should see it.

I’ve bought this book thinking I’ll get any more educated about the so called “Chasidic enclave community” as they are referred to many times in the media.
But, to my biggest disappointment, every penny spent was a waste of my money. And every minute spent to read this book was a waste of my time.
This book is just a memoir of one, sounds like, drop-out from a religious community that adhere to their custom rules and religious believes—which everybody is entitled to, at least in this country. It looks like Deborah, the author of the book, has had a hard, stressful child upbringing. Although I believe every human is entitled to choose his or her religion, I don’t think it’s acceptable to bash an entire community just because one of them became incapable to fit in and follow their lifestyle.

On top of that, beware. Some are calling this book one big fat lie. They claim she made up all or part of these stories hoping that it will bring her fame. There is evidence against some of her unfunded stories in the book. I even wonder how a prestigious publisher can publish a book with so much unfunded content. So just read with caution.
מנחם · 2012-02-17 13:17 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
א גוי וועט אלס מער אננעמן אויב ס׳זעהט אויס ווי ס׳קומט פון א גוי
זרח · 2012-02-17 13:35 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
כך עשיתי

א ריוויו וואס איז געצילט אנטקעגן אידן זאל מען דריקן REPORT ABUSE אפשר אז זיי וועלן באקומען אסאך וועלן זיי מעקן
shlomyg · 2012-02-17 13:55 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
צי לייגן פידבעק אויף עמעזאן מיז מען האבען אן עקיינט וואס האט לכח הפחות איין ארדער
Drudge · 2012-02-17 13:57 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
No, its silly.
Just click NO, that its not helpful
Because it really isn't
shlomyg · 2012-02-17 13:58 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
אלע "גיטע" פאזעטיווע פידבעק קען דריקן "NO" דארט ווי ס'שטייט was this review helpful
אין די נעגעטיווע ריוויאס זאל מען קליקען YES" it was helpful"
Drudge · 2012-02-17 13:58 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
Shlomy,
But you can vote on reviews
מנחם · 2012-02-17 14:01 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
זרח. האסט געלייגט מיינע ווערטער?
זרח · 2012-02-17 14:34 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
יא שוין געלייגט
שמעלקא · 2012-02-17 14:35 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
אבער גיבט אכטונג - ס'איז שרעקעדיג וואס איינער קאמענטירט דארט:

It's interesting to see the sudden burst of negative reviews here, many of them by readers who have never reviewed any books on Amazon before. The book has become the target of an organized campaign of vilification by hasidim, something which (ironically) is likely to stimulate sales. Just what is it that this secretive cult doesn't want us to find out about?
זרח · 2012-02-17 14:40 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
14 וואוס אויף לוזער מענדלס ריוויו
שמעלקא · 2012-02-17 14:50 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
14 וואס?
זרח · 2012-02-17 14:51 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
(02-17-12 02:35 PM)שמעלקא האט געשריבן:  אבער גיבט אכטונג - ס'איז שרעקעדיג וואס איינער קאמענטירט דארט:

It's interesting to see the sudden burst of negative reviews here, many of them by readers who have never reviewed any books on Amazon before. The book has become the target of an organized campaign of vilification by hasidim, something which (ironically) is likely to stimulate sales. Just what is it that this secretive cult doesn't want us to find out about?


The damage is done

עס וועט נישט אויסמאכן די ריוויוס דארטן

דער גוי וואס האט עס געשריבן איז אנגעפיקעוועט מיט די שנאה פון דעם מרשעת

איך פארשטיי אז די ריוויוס איז די איינציגסטע זאך וואס ליגט אין מיינע הענט צו טון
בענעט · 2012-02-17 15:42 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
JOELHEALTH האט געשריבן:we should all go to amazom, u need to have acount with tham, in write nagative revies on this book, or at least suport the nagtuve revies
http://www.amazon.com/Unorthodox-Scandal...roduct_top
Drudge · 2012-02-17 16:08 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
(02-17-12 03:42 PM)בענעט האט געשריבן:  
JOELHEALTH האט געשריבן:we should all go to amazom, u need to have acount with tham, in write nagative revies on this book, or at least suport the nagtuve revies
http://www.amazon.com/Unorthodox-Scandal...roduct_top

I hope this is a joke
Luzer Mendel · 2012-02-19 01:09 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
נאך א נקודה איבער די בוך בכלליות, וואס מען קען נוצן ווען מען שרייבט א ריוויא.

זי ברענגט בעיקר ארויס אז מיר טוען דיסקרימינעטן אקעגן פרויען.

די נושא איז זייער פאפולער לעצטענס כידוע.

פארשטייט זיך אז עס א בלבול, אבער פאר א גוי איז שווער מסביר צו זיין אז צניעות איז נישט דיסקרימינעשאן, עס איז באמת א צווייטע זאך, הגם די רעזולטאטן זענען די זעלבע אין געוויסע פעלער. ווי למשל זיצן אין בעק פון די באס, אקוראט די זעלבע זאך האט מען געטון מיט די שווארצע, יעצט גיי זיי מסביר אז נישט דאס איז די ריכטיגע סיבה. נישט קיין חילוק ווי גוט דיין תירוץ וועט זיין, וועט מען ענדערש אננעמען די איינפאכע סיבה, נעמליך, דיסקרימינעשאן.

אבער די מרשעת בערקאוויטש, ווייסט דאך יא די אמת, און דאך נוצט זי עס אויס מוראדיג, אין יעדע זאך זעט זי דיסקרימנאציע אקעגן פרויען, זי פלעגט זיך רופן חסידיק פעמעניסט, פעמיניזם איז די באדייט פון אנטי דיסקרמינאציע פון פרויען.

עס איז זייער פראבלעמאטיש, ווייל עס איז שווער אפצוווענדן, און עס איז א הייסע אישו, איך ברענג עס נאר ארויף פאר א דוגמה פון אירע בייזוויליגע ליגענס, זי ווייסט אז עס בעלאני, אבער זי רייט דערויף עד הסוף.
זרח · 2012-02-19 14:00 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
דאס איז וואס איינער שרייבט איר דארט

This is a book of a poor girl from a broken home she never saw any light in her life, and looks like she is not interested in seeing any in her future life!
The grass on the other side always looks greener until you arrive there and see the other side was greener!!!
Good luck devoiry, see you back by the hasids, (but as usual the bal tehuvas they go extreme, BUT EXTREME!).

פארוואס אויף עמעזאן לאזן זיי יעדעם שרייבן ריוויוס אפילו איינער וואס האט נישט געקויפט?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 02-19-12 02:01 PM דורך זרח .)
אברעמל · 2012-02-19 16:55 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
די חברה דארט זענען אויך נישט אינגאנצן משוגע, מערער קאמענטס ברענגן ארויס אז רוב נעגאטיווע רעוויוס זענען פון מענטשן וועלכע האבן נאך קיינמאל נישט געקאמענט.

איך מיין אז אויב שרייבט מען זאל מען קלאר ארויסשרייבן אז מען איז אידיש, אזוי גיבסטו כאטש א אויפריכטיגן איינדרוק.
שמעלקא · 2012-02-19 17:44 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
איך טראכט אזוי א זייטיגע זאך.

קען מען עס טאקע אנרופן "עלילת דם"?

אין מיטל אלטער, ווען עס איז נאך נישט געווען די היינטיגע טעכנאלאגיע, האט מען געקענט איינרעדן פארן המון עם, עולם-גולם, מען האט גענוצט קריסטליך בלוט אין די מצות, מען האט פאר'סמ'ט די ברונעמ'ס, און נאך משוגעת'ן. גיי ווייז מיר אויף אז ס'איז נישט אמת.

משא"כ מיט די היינטיגע סאפיסטיקירטע טעכנאלאגיע, ווי מיר האבן לאבארטאריעס, די.ען.עי., פינגער פרינטס, ווידיאו קעמרעס בכל מקום ובכל זמן, סטאטיסטיקס און קאמפיוטערייזט דאקומענטס אויף יעדע קלייניגקייט, קען מען דען איינרעדן אזעלכע שטותים? כ'פארשטיי אז דער פשוט'ער המון עם גלייבט עס, בלויז ווייל זיי "ווילן" גלייבן, און דאס איז ליידער געונג א גרויסע בראך פאר זיך; אבער פון דא ביזן טראכטן אז די באהערדע און שטאט-טאטעס זאלן באמת גלייבן די בלבולים איז פאלג-מיך-א-גאנג.
מאנסיער · 2012-02-19 22:37 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
אפשר זאל איינער דערמאנען דארט אין א ריוויא די אפרע טעלעוויזיע אינטערוויאס וואס ס'איז לעצטנס געווען
און מזאל ארויפשיקן אויבן מיטן קליקן אויף WAS HELPFUL
מנחם · 2012-02-20 14:10 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
מנחם · 2012-03-01 16:43 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
(02-17-12 12:43 AM)מנחם האט געשריבן:  בארואיגט אייך לוזעא מענדל. דער ביכל האט נישט קיין הענט טון קיין פיס. קיין איין נארמאלער גוי גלייבט נישט איינעמס חלומות וואס האט נישט קיין פרוף.
די קענסט זעהן אויף עמעזאן די ריוויאוס, וואס אגב איז דאס די בעסטע וועג אפצושטעלן די גאנצע טעראראם, ווי דער עולם שמייסט גוט אריין דארטן. איך ראט דיך אויב די קענסט גוט שרייבן ענגליש זאלבטו קויפן א בוך און לאזן וויסן דיין מיינונג דארטן. עס קען אסאך העלפן.
ווער נישט פארלוירן פון די נאמען פונעם פאבלישער. הגם ז׳מאכט אביסל אויס. אבער אז זיי לאזן דריקן אזויפיל שטותים, אן קיין פרוף, אונטער זייער נאמען קען עס זיי נאר שאטן
ביי די וועי עס איז נישט אזא גרויסע חידוש אז ס׳איז אנגעקומען צו זיי, ווייל די שיקסע איז א באקאנטע גוטע שרייבער.
שמעלקא · 2012-03-01 18:19 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
מנחם, איך קען נאר איבערזאגן זרח'ס ווערטער: חכם עדיף!

און א ייש"כ פארן צוברענגען די גוטע נייעס, וועלכע איז כמים קרים על נפש עייפה...
יאנאש · 2012-03-23 14:49 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
זי האט נעכטן געענטפערט אויף דעם אז מען זאגט אז געוויסע זאכן זענען ליגנס, אז אויב עס וואלט געווען ממש אזוי וואלט מען געמאכט א ריקאל...

וואט ע סטופיד ענסער!
מנחם · 2012-03-25 10:45 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
היינט געלערנט אין ׳ריקנטי׳ פרשת בראשית. ברית כרותה לשפתים, אל יפתח אדם פה לשטן, רוצה לומר, ישמר שלא ידבר השטן בפיו,
כי לפעמים יקרה לאדם שמלאך טוב או שטן משים דבר בפיו והוא אינו מרגיש,
אין אידיש. אמאל קען א מענטש רעדן און נישט ער רעדט, א מלאך, גוטע אדער שלעכטע, רעדט ארויס פון זיין מויל.
שמעלקא · 2012-03-25 11:23 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
מענין לענין באותו ענין - לעצטנס איז צוגעקומען נאך א שלב אין דעם הינזיכט, ווען א אפגעפארענע, אנגעווייטאגטע ווייבל (פערי רייך) צוזאמען מיט דעם אמאליגן פרומען בחור (שאול גראסמאן) האבן זיך געלאזט אינטערוויוען ביי א TV שאו, און זיך נעבעך "אויסגערעדט זייער הארץ" אנטקעגן אונזער אפגעהיטענעם לעבנס שטייגער, מאכנדיג חוזק ווי מיר זענען אפגעהאקט פון די וועלט, נישטא קיין גוי'אישע בוכער, טעלעוויזיע, אדער ראדיא; און אז מיר קאנטראלירן דעם צניעות'דיגן לבוש (מען לאזט נישט גיין די מיידלעך מיט הויזן, זיי טענה'ן אז ע"פ תורה מעג דאס מיידל גיין אנגעטון ווי אזוי זי וויל, נאר די מענער דארפן זיך היטן די אויגן, אבער אין די פרומע קאמיוניטי איז פשוט גרינגער צו ווארפן אלעס אויף די פרויען...), און אז די עלטערן צווינגען אריין אין שידוכים אנע געבן דעם תמימות'דיגן אומוויסנדן קינד א אויסוואל צי ער וויל עס טאקע צי נישט, און ווען מען עפנט זיך ענדליך די אויגן, און מען כאפט שוין וואס עס גייט פאר, וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט, דערזעהט מען זיך שוין מיט א 3 אדער 4 קינדער, און מ'זאגט זיי אז ס'איז דערנאך, נישטא קיין וועג ארויס, צוליב דעם וואס די קינדער וועלן ליידן, וכו' וכו'... בקיצור, זיי טענה'ן אז דער חסיד'ישער לעבן איז נישט קיין רעליגיע, בכלל נישט תורה'דיג, נאר ליבערשט גאר א "קולט". עפ"ל.

אנטקעגן זיי זיצט א "ראביי", מ'כלומר'שט צו פארענטפערן די אנדערע זייט און ארויסברענגען די שיינקייט פון אידישקייט, אבער למעשה, במחילת כבודו, רעדט ער נישט אינגאנצן צו די זאך (מילד גערעדט), און הייבט נישט אן צו פארשטיין דעם חסיד'ישן לעבנסשטייגער.

עס קוקט אויס ווי ליידער עס עפענען זיך נייע טויערן, א נייער דור וואס הייבט אן ארויסצוקומען צו די וועלט און פארשוועכן און פארשווארצן דאס פנים פון חסיד'ישע אידן. די פרוי זאגט אז "זי רעדט אין נאמען פון טויזענטער חסיד'ישע מיידלעך און פרויען וועלכע זאגן דאס זעלבע ווי זי; נאר האבן נישט די דרייסטקייט ארויסצוקומען אין די עפנטליכקייט". שומו שמים. אויף די קאמענטס זעהט מען בלויז איינע וועלכע גיט איר גערעכט, און גיט איר קוראזש ווייטער אנצוגיין מיט די הוילע אטאקע.

עס איז א שרעקליכע זאך, און לפענ"ד, מוזן מיר נעמען עקשאן דערקעגן.

צוויי זאכן וואס איך האלט, דארף ווערן געטון דערצו.

די ערשטע זאך, מאויבי תחכמני, מיר מוזן - בלית ברירה - זיך באנוצן מיט די זעלבע מיטלען וואס זיי: די טעכנאלאגיע. לדעתי (בלויז א דעת בעה"ב) וואלט מען געדארפט עפענען א וועבסייט, וועלכע זאל ארויסברענגען די שיינקייט פון כלל ישראל, און בעיקר די ארטאדאקסישן מהלך, קודם איבער די אהבת חנם און חסד וואס איז אין לשער, און מען טרעפט נישט אין די גאנצע וועלט; און נאכדעם אז די אלע "רעסטריקשאנ'ס" וואס מיר האבן איז בלויז פאר אונזער און די קינדער'ס טובה, און מען זעהט ב"ה ביי אונזער מחנה איז כמעט נישט צו געפינען די אלע סארט איבלען וואס פלאגט די גאס, מיר האבן ב"ה די קלענסטע פארברעכן ראטע פון סיי וועלכע סעקטע אדער רעליגיע (להבדיל), און - טראץ די מ'כלומר'שטע געצווינגענע שידוכים - די קלענסטע דיווארס (גט) ראטע פון סיי וואו. און דאן, וואו אימער עס ערשיינט אטאקעס אויף חסיד'ישע אידן, זאל מען קענען ברענגען א לינק צו דעם סייט, וואס זאל פארענטפערן די אלע קשיות פון די וואס ווילן וויסן דעם אמת. (א שטייגער ווי נטרונא האט, אנטקעגן ציונות).

פארשטייט זיך אז עטליכע קלוגע ערפארענע מענטשן, גוטע טאלאנטפולע שרייבער, דארפן שטיין אונטער דעם פראדזשעקט, און ח"ו נישט לאזן קאמענטירן, נאר גענוי ווי נטרונא, לאזן אריינשיקן קשיות און פראגעס אויף אי.מעיל, און עס דערנאך שיין פארענטפערן בטוב טעם ודעת פארן פאבליק.

און די צווייטע זאך, מ'טאר טאקע נישט משנה זיין פון אונזער מסורת אבות, אבער די עלטערן און מחנכים דארפן וויסן און נעמען אין באטראכט וואס עס טוט זיך אינעם קאפ פון די אפגעפאלענע, ווי אזוי דאס פאסירט ליידער אז ויצא העגל הזה, און טאקע די עטליכע וועלכע טוען אביוזן דעם סיסטעם און טוען פייניגן די קינדער און לייגן צופיל פרעשור אין נאמען פון די תורה, דארפן וויסן אז עס איז ליידער נשתנה העתים אויף א שרעקליכן פארנעם, און מען מוז זיין מער אפן צו די קינדער. פארפאלן - טון וואס מען וויל און שרייען אז מען טאר נישט משנה זיין איז ווי גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין, און נישט קוקן וואס עס פאסירט ליידער ווי שטיקער פון כלל ישראל פאלן נעבעך אוועק לטמיון, ה' ירחם. ווער עס האט נאר 2 אויגן אין קאפ זעהט דאך דעם מצב, און מען דארף אנפאנגען אריינצוברענגען מער געשמאק אין תורה און אין מצוות. אונזערע עלטערן האבן עס נישט געטון מיט אונז (בדרך כלל), ווייל עס האט נישט אזוי שטארק אויסגעפעלט; משא"כ היינט צו טאג מוז מען אננעמען מער געשמאקערע וועגן, ארויסצואווייזן דעם "דרכיה דרכי נועם", כ'זאג נישט מען זאל נישט באשטראפן קיין קינדער, אודאי דארף מען דאס טון, אבער עס מוז זיין מער צוגעלאזן, און ביי די אסיפת הרבנים און אסיפות חינוך מוז באהאנדלט ווערן אלע מעגליכע מיטלען צו פארמינערן אזעלכע סארט ארויסגעפאלענע, און אריינצוגעבן אין די קינדער א חשק און א אינערליכן שטאלץ צו זיין א איד, נישט סתם "לערן און דאווען ווייל אזוי האב איך געהייסן".

איך וואלט נאך געקענט אסאך מאריך זיין, איך שרייב אלעס מידערהייט, און זייט מיר מוחל אויב איך שרייב עפעס נישט ווי עס געברויך צו זיין, כ'מיין דא נאר די טובה פון אונזער היימישע געשמאקע אידישקייט (מען קען מיינען כאילו דארטן ביי די פרייע ליגט דאס אמת'ע גליק...), און אדרבה, לאזט מיר הערן אייער חוות דעת, בפרט אלעזר מענדל און מנחם, עס איז מיר א געשמאק צו לייענען אייערע קאמענטס.

זאל השי"ת געבן די ריכטיגע דעת פאר די עלטערן און פאר די קינדער, און אלע אוועקגעפאלענע זאלן זיך צוריקקערן לשורשם, און עס זאל שוין מקויים ווערן דער "והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם" בקרוב ממש, אמן.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 03-26-12 02:50 PM דורך שמעלקא .)
יאנאש · 2012-03-25 12:30 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
איך האב אסאך וואס צו זאגן אויף רבי שמעלקא'ס דיבורים אבער די צייט ערלויבט בלויז מעיר צו זיין עטליכע קלייניגקייטן

זייט וויסן אז א היינטיגער גוי וואס לעבט מיט טעלעוויזיע און מאוויס אד"ג וועט קיינמאל נישט פארשטיין אונזער לעבנסשטייגער!
נאר אויב ער איז באמת אינטרעסירט דערין א שטייגער ווי מרת אפרע, וואס אין אזא פאל גלייבן זיי סיי ווי נישט בלינדערהייט וואס די אפגעפארענע שרייבן
ממילא זעה איך נישט די גרויסע נויטווענדיגקייט פאר אזא סייט וואס מען ברויך האבן חכמת שלמה וואס צו שרייבן און וואס נישט. און איין אומריכטיגער ווארט מאכט פיל מער שאדן ווי גארנישט שרייבן (ואין דומה בכלל לנטרונא שהוא נוסד להסביר שיטה ולא לתרץ מציאות)


אז מ'דארף אריינברענגען מער געשמאק אין יודישקייט איז א פשוטע זאך און עס דארף זיין ווייל צו זיין א יוד איז באמת א געשמאק און פריוויליגיע (אזוי ווי איך בין ב"ה אויפגעוואקסן). די וואס מאכן עס פאר אן אנגעצויגענע און געפרעשורטע זאך זענען עובר אויף חילול השם, צער בעלי חיים און דרכיה דרכי נועם. און מען טאר עס נישט טוהן ווייל אפשר וועט דער קינד אפפפארן (כ'האף אז דו פארשטייסט מיין פוינט אין קורצן)


און נאך איין זאך. ס'איז נישטא וואס צו רעדן, דער שידוכים סיסטעם איז פיל מער אפעקטיוו ווי דער דעיטינג סיסטעם. און רוב עלטערן זוכן באמת א פאסיגער שידוך פאר זייער קינד. אבער ליידער ליידער זענען נאך דא א (גאר) קליינער פראצענט עלטערן וועלכע זוכן ענדערש א מחותן פאר זיך ווי א חתן\כלה פאר זייער קינד, און די קאנסקעווענצן דערפון קענען זיין איום ונורא.
מען דארף אויפקלערן פאר די חברה (בעיקר רבי'שע) אז ער זאל זוכן דעם תכלית פאר זיין קינד און די בזיונות וואס קען ארויסקומען פון נישט אזוי טוהן קען איבערשטייגן פי כמה די אומאנגענעמליכקייט פון נישט טוהן א רבי'שער שידוך
Luzer Mendel · 2012-03-25 15:49 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
נו שמעלקא, איך האב הנאה אז דו קומסט צו מיין מיינונג, גענוי דאס זע איך שוין פאר א לאנגע צייט, וליכא דאשגח בי.

איך האב געוויסט פון די רייך סומעטאכע, נאר כאב געהאלטן אז עס וועט טון מער שאדן ווי רווח עס אראפצוברענגן דא, אגב, פעלדמאן האלט אין איין טרומפייטערן אז מען ברויך ארויסהעלפן רייך, זי איז געווארן די פארזארגערין פון אלע וואס ליידן פון די חסידים, נאר רייך איז נישט פאראינטערעסירט, זי האלט דאך אינמיטן אויפבויען אירע אייגענע קרעדענשאלס.

איך זע שוין די מצב "עי לאנג טיים אין די מעקינג" נישט אז איך בין א גרויסער חכם, נאר קען זיין איך דריי מיר מער אין די פרעמדערע וועלט ווי רוב היימישע אינגעלייט. בכל אופן, איך האב שאך שוין געשריבן מער ווייניגער וואס דו שרייבסט, עס ברויך זיין א געוויסע קאמיטע וואס זאל זיך באפאסען דערמיט, אבער נאר גאר קלוגע און פארשטענדליכע מענטשן כמובן לכל בר דעת.

עס איז לאו דוקא א וועבסייט, נאר א פובליק רילעשאנס סיסטעם, איינע פון די זאכן איז א וועבזייטל, אבער עס איז נאר איין פרט מן הפרטים.
פאר די וואס האבן עס פארפאסט, מיין מיינונג איז געווען געדריקט אין בעל בית אונטערן קעפל "העבר חרפתי" אלץ א קעגן מיינונג צו יוחנן שיף'ס בארימטע ארטיקל א וואך בעפאר א.ק. "חרפת נבל" ווי ער האט אגיטירט אז מען זאל עס איגנארירן.
דא איז א לינק צו מיין ארטיקל (מען ברויך זיין א מעמבער צו ליינען אלטע ארטיקלען)
http://www.balboos.com/content/2012/02/%...%AA%D7%99/
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 03-25-12 04:31 PM דורך Luzer Mendel .)
שמעלקא · 2012-03-25 17:01 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
אלעזר מענדל - קודם כל, פארוואס האלטסטו אז עס וועט ברענגען מער שאדן ווי ריוח? איך האב גראדע געטראכט בעפארן שרייבן, אבער נאכדעם וואס דו האסט שוין געשריבן דיינס, און א גרויסער עולם ווייסט שוין ממילא פון די רייכ'ס, האט דאך נישט קיין זין שטיל צו בלייבן. אדרבה, אפשר קען מען נישט מדמה זיין מילתא למילתא?

און נאכדעם, איך זעה נישט אז א "פאבליק רילעישאנס סיסטעם" זאל אזוי גרינג צושטאנד קומען. עס זענען נישט פאראן די מענטשן וואס ווילן וואלונטירן צייט, כח און מח, בנוסף צו בושות, טענות און שטיינער וואס זיי וועלן כאפן דערפאר. משא"כ א וועבסייט קען יעדער שמויגער עפענען, און זיך באהאלטן אונטער א ניק-נעים. דאס קען בדרך הטבע פיל גרינגער צושטאנד קומען, און דאס דארף מען נאר איינמאל באשרייבן, און דער רושם קען בלייבן לעולמי עד. מען קען אפשר מתקן זיין, מגיה זיין, מוסיף זיין, אבער מען דארף נישט ארבעטן דערויף קאנסטענטלי.

יאנאש, איך בין מודה צו דיר אז א גוי וועט קיינמאל נישט פארשטיין אונזער לעבנס-שטייגער (אפילו ווען ער וויל באמת פארשטיין, אפילו מרת אפרע.. ווי קען מען דען איבערגעבן יסודות הדת און אמונה וואס איז נשרש אין יעדן איד פאר א גוי). און דאס איז טאקע דער בראך, אז מען גייט זיך אויסרעדן פאר אזעלכע גויים וואס פארשטייען נישט צו קיין שום רעסטריקשאנס אויף דער וועלט, און מען פארציילט זיי מיט א צובראכענקייט וואס עס גייט פאר ביים היימישן ציבור, האבן זיי דארטן אן אפענעם אוזן קשבת... אבער לו חכמו ישכילו זאת, דאס איז די גאנצע שיינקייט און שטאלץ פון אידן, פארדעם האבן מיר שס"ה מצוות ל"ת, ווי אברעמל האט ארויסגעברענגט ביי די רעפארמער אשכול, ביי אונז זענען די מצוות 613 גליקן, משא"כ ביי די שוואכערע איז עס 613 פראבלעמען... ביי אונז עס רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות; אבער דער פראסטער גוי האט נישט קיין השגה דערין, און צו זיי גייט מען זיך אויסוויינען, איז דען א וואונדער אז זיי הייבן אויף די אויגן ברעמען און קוקן אונז אן ווי פאנאטישע חברה? אבער עכ"ז, קען מען עס ברענגען נענטער צו זייער פארשטאנד, אפילו צו פראסטע גויים. יא, אפילו זיי טוען אויך רעספעקטירן ווען מען פירט זיך צניעות'דיג, און מען ווערט נישט פארלוירן פאר יעדן נסיון, מען האט זעלבסט-ווירדע, שטרענגע מאראלן, און זעלבסט-רעספעקט... און לאמיר עכ"פ אויפטון דעם חלק, אז זיי זאלן פארשטיין די סיבה אונטער אונזערע רעסטריקשענס.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 03-27-12 10:30 AM דורך שמעלקא .)
זרח · 2012-03-27 10:01 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
הלכה הוא בידוע עשיו שונא ליעקב און מען קען עס נישט טוישן, א גוי האט אונז פיינט פאר קיין שום סיבה, אידן האבן שטענדיג געהאט אויסצושטיין פון אזוינע סארט אטאקעס פון משומדים וכדומה, און כפי ידיעתי איז נישט דא קיין ביכלעך פון די אידן אפצופרעגן די ביכלעך פון משומדים, אויב איינער ווייסט יא דערפון, אדרבה זאל ער מיר פאררעכטן.
ווען עס איז ארויסגעקומען "די פראטאקאל פון זקני ציון" איז ארויסגעקומען א קאנטער ביכל?
איך מיין ארויסצוברענגען אז מען קען נישט אוועקנעמען די שנאה וואס א גוי האט צו א איד און היינט קען א גוי אלעס סייווי וויסן אויב וויל ער ווויסן די אמת, דעריבער זע איך נישט איין די נחיצות פון אזוי קאמיטע
יאנאש · 2012-03-27 12:53 · RE: בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
איי עגרי וויט זרח

סיי ווי האבן שוין די ביידע פארלוירן די מאמענטום ביים גויאישן וועלט. בלויז ביי די אפגעפארענע רעדט מען נאך פון זיי און פאר זיי וועט קיין וועבזייט נישט העלפן

יעדער ביי זיך ברויך טוהן וואס שמעלקא האט שוין געזאגט: די יונגווארג ברויך וויסן דאס געשמאק פון יודישקייט!