אזוי ווי דער היימישער עולם איז ליידער אינפעסטירט מיט די מיינונגען פון ר' הערשל מייזעלס פון קול מבשר-רעים מתוקים אז פעטן, קאלעסטראל איז זייער געזונט, אזוי לאנג ווי מען עסט נישט קיין קארבא היידרעיטס און טרענס פעט. אפילו עס איז מופרך פון רובא דרובא הארץ דאקטורים. וואס שרייען אלע אז קאלעסטראל און פעטן פארשטאפט די אדערן און איז סם המןת פאר די הארץ.
איך האב נישט חלילה קיין שום סטראטעגיע קעגן דעם נאבעלן מענטש, וואס טוט אסאך חסד, ספעציעל פאר צוקער ליידענדע אידן. אבער אלץ לא תעמוד על דם ריעך וויל איך מפרסם זיין די צווייטע זייט פון די מטבע אויך, והבוחר יבחר נאכן הערן ביידע צדדים קען מען מאכו א עדיוקעטעד דעסיזשאן.
יעצט דרייט זיך איבער די פרעסע איבער א מענטש וואס האט געליטן פון א קארדיא ארעסט בשעתן עסן א גרויסע האמבורגער פון 8000 קאלאריעס, אבער עס איז פון פלייש געקאכט אין ריינע שמאלץ און קעז מיט גרינצייג, לויט מייזעלס איז עס די געזונסטע עסן וואס קען נאר זיין.
א בילד פון די האמבורגער וואס רופט זיך טריפעל בייפעס
![[Image: HeartAttackGrillSpecial.jpg]](../img/2871572f2276ee68.jpg)
לכאורה וועלן די חברה ענטפערן אז עס איז געקומען פון די קליינע ברויטל גאנץ אויבן...
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 02-15-12 08:44 PM דורך Luzer Mendel .)
גערעכט לכאורה האט ער געגסן א טאפ פרענטש פרייס א טאג פארדעם (באזירט אויף זיין אפעטיט)
וועגן דעם האב איך טאקע נישט ליב צו פאלגן אזעלכע זאכן, א נייע מעשה, פון היינט אין ווייטער דארף מען אויף עסן א גאנצן שאכטל פיטער פאר פרישטאג, איך האב טאקע א קרוב וואס האט אנגעפאנגען גיין אויף זיין דייעט, און היינט ווי איך קוק אים אן די פעטענ׳ס דערקענען זיך קניינע הרע, איך פראזענליך פראביר צו עסן נאר וואס ס׳איז געזונט, און מ׳ווערט זאט דערפון, נישט וואס די הארץ אין די אויגן גליסטן, און מ׳עסט נישט אזוי פיל דשאנק, איך גיי אויף דייעט נאך פארן עסן;{) אז ס׳קומט אמאל א צייט וואס איך בין פארנומען און כ׳האב נישט קיין צייט צו עסן פריי איך מיר, איך האלט מיר אויף מיט קאווע (אה דאס איז יא געזונט...???) און אזוי ארום האלט מען זיך געזונט און פריש, מיטן אויבערשטענס הילפ.
במחילת כבוד הרב מייזליש, האלט איך אז די בעסטע איז צו נעמען די מיטל וועג. דהיינו אז פון יעדע געזונטע זאך מעג מען עסן מיט א מאס
ווי איך פארשטיי איז ער אזוי אגרעסיוו קעגן קארבס (און פאר פראטעין), ווייל ער וויל אפשלאגן די אמאליגע סטיגמע קעגן פראטין און פעט. אבער נארמאלע מענטשן האבן דעמאלטס ווייטער געגעסן רויטע פלייש און רויטע מילך, ממילא דעי זעלבע מענטשן זאלן ווייטער עסן ברויט און קעיקס מיט א מאס
עקסטרעמיזים איז קיינמאל נישט גוט חוץ ווען מ'וויל אויסרייסן א מידה כמבואר ברמב"ם
אלעס וואס הרב מייזעלס זאגט אז אז די אומזיניגע מערכה קעגן רויטע מילך און קעגן בהמה פלייש איז ליגענט און שטרוי, דעטס אלל, ער הייסט עסן גענוג און נאך פראטיען, און מען זאל זיך נישט אפהאלטן פון די אלע נארישקייטן קעגן פעטנס. קיינער הייסט נישט קיינעם עסן גאנצעטע פעסער פוטער. די מציאות איז אז די קאמף קעגן פעטן האט גאר אסאך געשאדט פאר'ן געזונט, און געדענקט איין זאך דייעטערי קאלעסטעראל דאס מיינט קאלעסטעראל פון מאכלים האט גאנץ א קנאפן שייכות מיט בלוט קאלעסטעראל, דאס איז צוויי מיני זאכן, קאלעסטעראל אינעם בלוט ווערט געמאכט דורך די לעבער, און די וועג עס צו נידערן איז צו האלטן הויך די געזונטע קאלעסטעראל, די עיטש. די. על., וואס רייניגט ארויס די שלעכטע קאלעסטעראל פון די בלוט, און דערפאר דארף מען זיך היטן פון קארבס, און עסן פיש אויל און טאן איבונגען, פינטל
(03-18-12 04:44 PM)יעקב צוקערמאן האט געשריבן: אלעס וואס הרב מייזעלס זאגט אז אז די אומזיניגע מערכה קעגן רויטע מילך און קעגן בהמה פלייש איז ליגענט און שטרוי,
האב איך געברענגט אז רובם ככולם פון די הארץ דאקטורים זאגן קלאר און אומצוויידייטיג אז פעטן טויג נישט.
ממילא קענסט נישט זאגן אז עס איז נישטא קיין חילוקי דעות צווישן מייזעלס מיט די עסטאבלישמענט מעדיצינישע וועלט.
יא איך וועל דיך נאכברענגען עפעס וואס שטייט אין א מעינסטרים מעדיקל בוך, עס שרייבט אז מען זאל נעמען פיש אויל, אבער דייעביטיס ליידענדע זאלן דאס נישט נעמען ווייל פיש אויל איז פעט
רח"ל גיי זיי מסביר די שוטים אז פעטנס איז קיין פראבלעם עס איז די קארבס
דאס איז די צווייטע נקודה אויף וואס עטקינ'ס דייעט איז געבויעט, נעמליך אז פעטנס איז נישט שעדליך. נו, דער מעינסטריעם בוק, מעג מיט דעם אויך מחולק זיין.
הערט א מעשה וואס איך האב לעצטנס געהאט ביי קאפי ברעיק ביינונז אין דער ארבעט (ווער נישט זשעלעס יענקל אויב עטץ האטס נישט...), א קאלעגע מיינער מיט א גרויס מויל פון דעם סארט וואס האט א מיינונג איבער אלץ און אלעם, האט זיך שארף געאייסערט איבער די איינרעדענישן פון מענטשן אז פעטנס איז שעדליך, און תוך כדי דיבור איבערגעזאגט הערשל מייזעלס ארגומענטן איבער דעם נושא. אני הקטן האב אים איידעלערהייט אויפמערקזאם געמאכט, אז אמת, הרב מייזעלס זאגט זייער פיין און ער איז א גוטער אדוואקאט פאר עטקינ'ס צד, אך דא עקא, האסטעך נאר געהערט איין זייט פון א נושא אין וועלכן דו האסט נישט געוואוסט גארנישט ביז הרב מייזעלס האט דיר אריינגעברענגט דערין, טא אויב אזוי וויאזוי נעמסטו בכלל א שטעלונג אנ'עם דורכטוהן דעם צווייטן זייט, ענטפערט ער מיר כהאי לישנא: "איך האב יא געהערט, הערשל מייזעלס זאגט דאך אלץ וואס די אנדערע האלטן". האב איך אים געפרעגט, אפשר מאכן מיר א טויש, דו וועסט גיין הערן פון די אנדערע, זיי זאלן דיר מסביר זיין וואס הערשל מייזעלס האלט?...
יענקל היקר, ווען איינער איז מקיף דעם נושא באופן עצמאי, און נאכער נעמט ער א שטעלונג, ניחא. אבער אונזערע יונגעלייט, הערן נאר הערשל מייזעלס, און זיי ווערן גאנצעטע מבינים, איבער הארץ פראדצעדורן, סטענטס, און בייפעסעס.
קול דאון א ליטל ביט, די מטבע האט נאך א צד, און עס איז נאריש צו נעמען א שטעלונג פון איינזייטיגע אינפארמאציע.(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 03-22-12 05:12 PM דורך אברעמל .)
הםםם, יאנקעלע, סאו רוב דאקטורים זענען שוטים און מייזעלסס איז דער חכם?
נו נו, נאו פראבלעם מיט מיר, איך מאך נאר זיכער צו איך פארשטיי ריכטיג.
הגם הרב מייזעלס רעדט דברים של טעם, און די עסטאבלישמענט האט גענוג חסרונות און שוואכקייטן, פארט איז עטקינס א דעת יחידאה, און קאנטראווערשאל, ווען ער וואלט געווען א חסידישע איד וואלט ער ווען געהאט א האטליין.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 03-22-12 10:48 PM דורך יוחנן שיף .)
דאכט זיך אז עטקינס-שיטה איז היינט צו טאג שוין נישט א דעת יחידאה
זיכער איז ער ווייט פון די עסטאבלישמענט, און זיער ווייניג זענען אזוי עקסטרעם ווי ער, אבער זיין מיינונג באקומט מער און מער שטיצע (א האט ליין קען ער נאכאלץ עפענען... לאל)
(03-25-12 05:34 PM)יאנאש האט געשריבן: דאכט זיך אז עטקינס-שיטה איז היינט צו טאג שוין נישט א דעת יחידאה
זיכער איז ער ווייט פון די עסטאבלישמענט, און זיער ווייניג זענען אזוי עקסטרעם ווי ער, אבער זיין מיינונג באקומט מער און מער שטיצע (א האט ליין קען ער נאכאלץ עפענען... לאל)
ער קען שוין נישט היינט עפענען ווייל ער איז שוין געשטארבן פון סטראוק און הארץ פראבלעמען אינגערהייט (קוקט אויס ווי זיין שיטה האט נישט געהאלפן פאר אים אליין, אדער האט ער זיך נישט געהאלטן דערצו)
מען האט זיך שוין אזויפיל גע'טענה'ט דערוועגן אז ס'קריכט שוין פון די נאז
אבער איך וועל נאכאמאל איבער'חזר'ן וואס כ'האב שוין געשריבן אויבן: קיין שום עקסטרעמער וועג איז נישט ריכטיג. נישט די אנטי-פעט שיטה און נישט די אנטי-קארבס.
ביידע מאכן א חורבן
ווייל אלעס מעג מען און דארף מען עסן מיט א נארמאלן מאס. פינטל.
יאנאש עס איז א סברא אדער געבויט אויף עפעס
לוזער מענדל, זיינע חברה טענה'ן אז עס איז א שקר אז ער איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע.
געבויעט אויפן רמב"ם אז אייביג זאל מען גיין בדרך הממוצע
און דער נארמאלער שכל זאגט זאגט אויך אזוי. עקסטרעמיזם איז קיינמאל נישט גוט