לעצטנס ווען איך עפען אויף א נייע טעב ביי קראום קומט ארויף אויבן ביי די רעכטע זייט די מעסעדזש "You are not signed in to Google Chrome"
זיי שרייבן אז מען וועט קענען סינקען די היסטארי בוקמארקס און סעטינגס אויף אלע קאמפיוטערס
דאס איז א וועג וויזוי ארויסצושטיפן זייער קראום בוק אין ריעליטי.
פיינע נייעס, דאס איז א געוואלדיגע זאך, ווייל מ׳לייגט דאך אריין אזויפיל כוחות אין צייט ביז מ׳זאמעלט זיך אן די אלע באקמארק׳ס, און ביז מ׳איז מסדר די אלע סעטינגס וכו׳ אזוי האט מען דאס אויף סיי וועלכען קראם בראוזער ווי מ׳גייט, די פראבלעם איז אבער אז ווען מ׳סיינט זיך צירוק ארויס, דאכט זיך מעקט זיך נישט צירוק אויס די אלע באקמארק׳ס וכו׳.
ביז יעצט האט מען געקענט ניצן א עקסטענשאן פאר דעם
וואס הייסט צו סינקן? וועלכע עקסטענשן אפשר ביסטו אונז אויך מהנה דערמיט???
עס איז אמאל געשטאנען אין בעל בית זשורנאל איך געדענק נישט וויאזוי עס הייסט
יעצט דארפסטו עס שוין נישט
(02-22-12 01:36 PM)זרח האט געשריבן: עס איז אמאל געשטאנען אין בעל בית זשורנאל איך געדענק נישט וויאזוי עס הייסט
יעצט דארפסטו עס שוין נישט
מיינסט מן הסתם "לעסט פעסס" פאר פעססוארדס
https://lastpass.com/
אדער "עקס מארקס" פאר בוקמארקס
http://www.xmarks.com/אבער וואס איז די אויפטו אז ווען איך קום אן צו יענעם אין אפיס און איך סיין מיר אריין מיט מיין גוגל אקאונט, וועט דאך יענער באקומען אלע מיינע באקמארק׳ס, ס׳ווערט דאך נישט אויסגעמעקט ווען איך סיין מיר ארויס... איך האב נישט פראבירט xmark האט עס שוין איינער פראבירט? האט דאס אויך דעם אויבנדערמאנטן פראבלעם??
לעסטפעס איז זייער גוט היינט אויך, דאס האט נאך גוגל נישט צוגעשטעלט... נאך אביסל וועלן זיי שוין דאס אויך אהער שטעלן, און זיי וועלן שוין וויסן די פעסווארד פון מיין טשעס אקאונט אויך;-(
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 02-22-12 10:20 PM דורך יהושע .)