באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / שאר ירקות

כאפט אריין: פוילישע שטיבל

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=31

Luzer Mendel · 2011-07-05 22:34 · כאפט אריין: פוילישע שטיבל
מעג מען דא שרייבן אויך דברים של מה בכך?

אין די אלטע צייטן פלעגט מנחם אינפארסירן די זאכן. אבער אזוי ווי די רבי איז נישטא וועל מיר אררינשמוגלען עפעס וואס איז נישט ביזנעס רילעטד.

איך זע אז די פוילישע שטיבל וועט אנהייבן א רענאוואציע די קומענדיגע וואך.

ווער עס וויל נאך כאפן א בליק אויף א אלטע שולכל פון די ת"ר יארן, וואס קוקט נאך אויס גאנץ ארגינעל, און האט נאך דעם חן. זאל אריינכאפן ווי לאנג מען קען.

מען קען מיטנעמען די קינדער אויך, עס איז זייער א שיינע מעמארי פאר די קינדער, אין בכלל די איידיע אז מען גלייכט אין בענקט צו אמאל איז א גוטע זאך אריינצולייגן אין זייערע מחות.

אוי די ליכטיגע אמאל.... עס איז דאך אזוי זיס... עס בלייבט שוין נישט איבער קיין פעדעמער צו אמאל... די ת"ר אידן זענען שוין אויך כמעט נישטא...
אברעמל · 2011-07-05 22:44 · RE: כאפט אריין: פוילישע שטיבל
וואוווו לוזער מענדל האט געגעבן א דעעעעעעעעעעעעםםםםםםםםםםםם פאר פוילישע שטיבל, מוז זיין עפעס מעיזשער, העלמיר כאפן א בליק.
אבער איין מינוט, דו רעדסט פין א ספעציפישן פוילישן מלחמה איבערלעבער וואס האט זיך דערזעהן אויף דער עלטער מיט א בינטל אפגעשפארטע קעש וואס ער האט געשפארט דורך האלטן בלויז צוויי 10'ער באלבס אין א פערצענער טשענדליער, און באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל איבערצופרישן דאס שטיבל זיינע , אראפרייסען די לעכטיג ברוינע וואל פעיפער, ארויסטראגן דעם אלטן געבלומטן קאוטש מיט די געלע ספאנדשעס וואס שטעקן זיך ארויס דערפון, צוזאמען מיט'ן דרייעדיגן טעלעפאון און זיך איינהאנדלען א לעיזי בוי עלעקטריק ריקליינער מיט א קארדלעס העד סעט, נו זאל אים וואויל באקומען, אבער האלטס ער לאזט יעדן אריין קומען חול המועד האלטן מיט די קינדער ביי אים אין פאלאץ?
לויט ווי איך קען די פוילישע זענען זיי פיל קלוגער פון דעם, מען קען אים נאך דאס דלות באגנב'ענען דארט, 'איי דעפינטלי גיוו עי דעם, באט איי דאונט גיוו איט עי טשענס'. פארשטאנטא?
Luzer Mendel · 2011-07-05 22:58 · RE: כאפט אריין: פוילישע שטיבל
(07-05-11 10:44 PM)אברעמל האט געשריבן:  וואוווו לוזער מענדל האט געגעבן א דעעעעעעעעעעעעםםםםםםםםםםםם פאר פוילישע שטיבל, מוז זיין עפעס מעיזשער, העלמיר כאפן א בליק.
אבער איין מינוט, דו רעדסט פין א ספעציפישן פוילישן מלחמה איבערלעבער וואס האט זיך דערזעהן אויף דער עלטער מיט א בינטל אפגעשפארטע קעש וואס ער האט געשפארט דורך האלטן בלויז צוויי 10'ער באלבס אין א פערצענער טשענדליער, און באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל איבערצופרישן דאס שטיבל זיינע , אראפרייסען די לעכטיג ברוינע וואל פעיפער, ארויסטראגן דעם אלטן געבלומטן קאוטש מיט די געלע ספאנדשעס וואס שטעקן זיך ארויס דערפון, צוזאמען מיט'ן דרייעדיגן טעלעפאון און זיך איינהאנדלען א לעיזי בוי עלעקטריק ריקליינער מיט א קארדלעס העד סעט, נו זאל אים וואויל באקומען, אבער האלטס ער לאזט יעדן אריין קומען חול המועד האלטן מיט די קינדער ביי אים אין פאלאץ?
לויט ווי איך קען די פוילישע זענען זיי פיל קלוגער פון דעם, מען קען אים נאך דאס דלות באגנב'ענען דארט, 'איי דעפינטלי גיוו עי דעם, באט איי דאונט גיוו איט עי טשענס'. פארשטאנטא?

חא חא, לויט ווי איך קען זיי, וועלן זיי טשארזשען עטליכע דאלער פער קאפ.

לצנות אין א זייט געלייגט, דו ביזט גערעכט, כאב נישט געזאגט במה דברים אמורים. כאב מיר נישט געכאפט. איז אזוי..

די רעדע איז פון א שול'כל אויף ראס סטריט.
ווי איז ראס סטריט? דאס דארף מען אויך מסביר זיין? נו גוט, אין אלט וויליאמסבורג, איז דא אלט געסל, מיט א אלט שול'כל, וואס איז נקרא בפי כל, און אזוי אויך שטייט אויפן סיין אינדערויסן "פוילישע שטיבל". (די אפיציעלע נאמען איז כמדומה בית אהרן אנשי ספרד).

מפי מגידי אמת שמענו, אז נאך די מלחמה פלעגן דארט צו לערנען די סאטמארע תלמודי חכמים וואס האבן נישט געארבעט, ווי ר' יונה פיליף, ר' נתן יוסף מייזעלס ועוד, זכרונם לברכה.
אברעמל · 2011-07-05 23:02 · RE: כאפט אריין: פוילישע שטיבל
ראסס צווישן וואו און וואו?
Luzer Mendel · 2011-07-05 23:09 · RE: כאפט אריין: פוילישע שטיבל
צווישן לי אין בעדפארד
געטראפן א בילד דערפון דא

אוצר סטאק פולישע שטיבל

[בילד: [Image: watermark2.php?i=3994]]
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-05-11 11:13 PM דורך Luzer Mendel .)
אברעמל · 2011-07-05 23:20 · RE: כאפט אריין: פוילישע שטיבל
הערשזע מיך אויס, כ'האלט נישט אז צוליב דעם האסטו געדארפט ארויסגיין פון וועג און געבן א דעעעם. פשוט דער סיין איז זיכער ניי, ווידער די רויטע ציגל פונדרויסן איז אויך געלייגט געווארן אין די צווייטע העלפט פונ'ם צוואנציגסטן יאר הונדערט, בלייבט מיר אלזא איבער צו אנאליזירן דעם אינסייד, איז אזוי, די פלארעסענטס זענען אויך נישט פין די אלטע סארט (וואס מען האט נאך געקענט זעהן אין שומרי שבת מיט פופצן יאר צוריק) אפשר די ספרים שאנק אדער די פאדלאגע ווער ווייסט.
דו ווייסט אפשר אויב אוצר סטאק האט בילדער פון אינווייניג אויך?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-05-11 11:21 PM דורך אברעמל .)
פרידמאן · 2011-07-06 06:52 · RE: כאפט אריין: פוילישע שטיבל
יישר כח לוזער מענדל פארן מאכן אביסל פרייליך, אבער איך וואלט פארגעשלאגן זאלסט יא נעקסטיים שרייבן בלויז ביזנעס געבינדענע נושאים. דאס איז די ציל דא, זיך סתם אויסצוגעבן איז דא נאך פלעצער. - נאטינג פערסענאל.
זלמן · 2011-07-06 11:23 · RE: כאפט אריין: פוילישע שטיבל
פארוואס טוהן זיי עס?
פארוואס פעלט עס אויס?
וואס איז שלעכט געווען אזוי?
פארוואס סתם אוועקנעמן די חן פין אזא אנגעזאפט פלאץ?
איך מיין אז זיי זענען די איינציגסטע אלטע שול וואס יודן זיצן אין לערנען א גאנצען טאג דארט וויאזוי עס איז
(היינט איז יעדער געספוילט, אז מען לערנט נאר אין א גרויסע שול מיט א הויכע דאך אדער גאר א היכל התורה אד''ג)
זרח · 2011-07-06 14:50 · RE: כאפט אריין: פוילישע שטיבל
הרב פריעדמאן איך האלט ביסט נישט גערעכט
נאטינג פערסאנעל
גאסט · 2011-09-15 22:14 · RE: כאפט אריין: פוילישע שטיבל
(07-05-11 11:20 PM)אברעמל האט געשריבן:  הערשזע מיך אויס, כ'האלט נישט אז צוליב דעם האסטו געדארפט ארויסגיין פון וועג און געבן א דעעעם. פשוט דער סיין איז זיכער ניי, ווידער די רויטע ציגל פונדרויסן איז אויך געלייגט געווארן אין די צווייטע העלפט פונ'ם צוואנציגסטן יאר הונדערט, בלייבט מיר אלזא איבער צו אנאליזירן דעם אינסייד, איז אזוי, די פלארעסענטס זענען אויך נישט פין די אלטע סארט (וואס מען האט נאך געקענט זעהן אין שומרי שבת מיט פופצן יאר צוריק) אפשר די ספרים שאנק אדער די פאדלאגע ווער ווייסט.
דו ווייסט אפשר אויב אוצר סטאק האט בילדער פון אינווייניג אויך?

די גאנצער ב'חן'טער אויסשטעל פונעם שול'כל איז ארגינעל, בע'טעם'ט, פארצייטיש, וכו' און עס איז טאקע ווערט צו גיין כאפו א בליק אוי=ף די אלט דורגעוויקטע ווענט פון די אמאליגע וויליאמסבורג'ע תורה לייבן במלמה"מ
(אויב עס איז נאך שייך)