איך האב מיר אלץ געוואונדערט וואס איז די נפק"מ צווישן די אלע.
חסידיש, מאדערן חסידיש, ישיביש, ארטהאדאקס, מאדערן ארטהאדאקס.
אין אמתן חסידיש ווייס מיר דאך, ברויך מען נישט מאריך זיין.
און ליידער די קרענק פון מאדערן חסידיש ווייסן מיר אויך, כדוגמת תושבי עירמאנט. אבער זיי זענען נישט קיין אפיציעלע אידילאגיע, ענדערש חסידישע נושרים וואס האלטן ערגעץ אינמיטן די גליטש. און וועלן אדער צוריקקומען איין טאג, אדער ווייטער גליטשן, אדער לאנדן אין איינע פון די אויבנדערמאנטע קאטאגאריעס. און אפילו זיי וועלן בלייבן ערגעץ אינדערצווישן עד יום מותם וועלן זייערע קינדער גיין אדער ארויף אדער אראפ אדער אריינפאלן אין איינע פון די א.ד. קאטגאריעס, אין אנדערע ווערטער, ס'איז נישט קיין געהעריגע אידילאגיע, עס איז א פראצעס. (חוץ אויב מרעכנט "מי יאמר לי מה לעשות" פאר א אידילאגיע).
אבער וואס איז די נפק"מ צווישן ישיביש - ארטהאדאקס - און מאדערן ארטהאדאקס?
מאדערן ארטהאדאקס איז נישט בלויז ארטהאדאקס נושרים, עס איז א אידילאגיע, כדוגמת ישיבה יוניווערסיטי, זייער חוזה איז מן הסתם געווען זשעי. בי. סאלאווייטשיק.
אבער וואס גענוי איז זייער שיטה?
ווער איז היינט די פארזעצער פון רש"ר הירש ז"ל ? די ארטהאדאקס אדער די מאדערן ארטהאדאקס?
ווי שטייט איין די זשואיש פרעס?
זאב ברענער?
ווער זענען די ארטהאדאקס גדולים? נוצן זיי די ישיבישע?
וויאזוי זענען די ישיבישע אנדערש פון ארטהאדאקס?
האבן מאדערן ארטהאדאקס אזא באגריף ווי גדולים?
ווי שטייט איין די OU?
איבעריג צו זאגן אז פון רעפארם, קאנסערוואטיוו און ריקאנסטרוקשניסט איז נישטא וואס צו רעדן, זיי זענען נישט בכלל ישראל.

(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 02-15-12 02:02 PM דורך Luzer Mendel .)