באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / קאמפיוטער - טעכנאלאגיע

א שווארצע גוגל

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=299

זרח · 2012-01-18 11:40 · א שווארצע גוגל
היינט בין איך ערשטוינט געווארן זיך צו טרעפן אז גוגל איז שווארץ געווארן, איך האב מיך דערשראאקןאפשר איז מיין קאמפיוטער צובראכן, למעשה זע איך אז עס איז פאר א פעטישאן פאר קאנגרעס, איינער האט א אנונג וואס עס גייט פאר?
Luzer Mendel · 2012-01-18 15:47 · RE: א שווארצע גוגל
וויקיפידיעס שריט איז זייער א אינטערעסאנטע און היסטארישע, די אלטע זעצערס אין קאנגרעס קענען זיך גאנץ גוט דערשרעקן דערפון, יעדע זאך וואס האט צו טון מיט טעכנאלאגיע מאכט זיי פילן ווי א פיש אינדערויסן פון וואסער, זיי פארשטייען נישט דערצו, זיי דארפן זיך פארלאזן אויף די אינגע, וויקיפידיע איז מאכטפול, יעדער נוצט עס, און ווי ווייניגער זיי פארשטייען די נאטור פון די איטערנעט, קען עס נאך אויסקוקען מער שרעקעדיג ווי עס איז.

אפשר זאל בעל בית מיט אייוועלט מאכן א בלעקאוט ביז מען וועט באפרייען רובאשקין (על מיר פרעגן דעם חסידישען ראש לימבאו וואס ער זאגט צום פלאן...)
שמעלקא · 2012-01-18 17:00 · RE: א שווארצע גוגל
אויף איי.וועלט רעדט מען דערפון מער באריכות.
זרח · 2012-01-19 11:53 · RE: א שווארצע גוגל
(01-18-12 03:47 PM)Luzer Mendel האט געשריבן:  (על מיר פרעגן דעם חסידישען ראש לימבאו וואס ער זאגט צום פלאן...)
Wink


וויקיפיידיע שרייבט אז איבער 162 מיליאן מענטשן האבן געזען זייער מעסעדזש נעכטן

More than 162 million people saw our message asking if you could imagine a world without free knowledge. You said no. You shut down Congress’s switchboards. You melted their servers. Your voice was loud and strong. Millions of people have spoken in defense of a free and open Internet.


We’re turning the lights back on. Help us keep them shining brightly.


עס קוקט אויס אז די חברה האבן געמאכט א גיטע ארבייט
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: נעכטן 11:55 AM דורך זרח .)
Drudge · 2012-01-24 14:15 · RE: א שווארצע גוגל
(01-23-12 07:55 PM)אנאנים האט געשריבן:  
(01-23-12 01:26 PM)זרח האט געשריבן:  עס איז דא געוויסע זאכן וואס מען טאר נישט ארויפלייגן לעגאל אויף די אינטערנעט?

וויקליעקס וואוינט ווען אין אמעריקא וואלטמען אים ארעסטירט?

וואספארא שאלה, פארשפרייטן קאפירייטעד מאטריאל איז א קריים. אויב וויקיליקס האט פארלעצט א געזעץ, קען מען אים ארעסטירן, פארוואס נישט. די אינטערנעט איז נישט קיין היתר אויף פארלעצן דעם געזעץ.

עס איז אפשר שווערער צו פראווען, אבער אין א וועג איז עס גרינגער אויך, ווייל פון יעדע זאך איז דא א רעקארד, אנדערש ווי אין רילל לייף.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 01-24-12 02:15 PM דורך Drudge .)
זרח · 2012-01-26 15:56 · RE: א שווארצע גוגל
דאס איז נאר אויב זאכן זענען קאפירייט, די מאטריאלל וואס וויקליעקס האט ארויסגעגעבן איז קאפירייט?