באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / קאמפיוטער - טעכנאלאגיע

נייע SHOW

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=297

שמעלקא · 2012-01-10 20:02 · נייע SHOW
עס טוט זיך אויף טישן און בענק.

גענוי ווי יעדע אנהויב יאר, קומען אויך אצינד פאָר עטליכע גרויסארטיגע שאו'ס, סיי אין ביזנעס/טעכנאלאגיע אפטיילונג (נייע סעלפאנ'ס וכדו') וואס רופט זיך CES שאו, און סיי פאר די קומענדיגע גענעראציע אויטאס, גערופן "דיטרויט אוטו שאו".

אויב האט איר סיי וועלכע נייעס, אדרבה, באשרייבט עס דא פארן עולם.

צווישן די קורצע וועלכע איז שייך פאר א חלק פון אונזער ציבור, איז די נייע קרייסלער מיניווען פון 2014, קוקט אויס ממש שרעקעדיג אבער עס איז בלויז א דעמאו, די עכטע וועט זיכער זיין פיל אנדערש. אויך זענען פאראן נייע טעלעפאנען, ע"פ רוב גוטע קוואליטעט, מאטאראלע ברענגט פאר ווערייזאן דעם "רעיזער" מיט א נייעם בעטערי וועלכע איז באלד דאפעלט שטארקער ווי די פריערדיגע באטערי (די LTE נוצט גאר אסאך בעטערי) (וויפיל גייען זיי טשארדזשן? 400? איין באשעפער ווייסט), און אויך די דרויד 4, וועלכע איז גענוי ווי דעם דינעם "רעיזער", נאר היבש אביסעלע דיקער ווייל עס האט א 5-רייע סלייד-אוט קיבאורד.

המשך יבא בל"נ אי"ה.

וכל המוסיף מוסיפין לו.....


זעהט דא דעם דרויד 4, און דעם קרייסלער מיניווען...
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 01-10-12 08:06 PM דורך שמעלקא .)
Luzer Mendel · 2012-01-15 15:57 · RE: נייע SHOW
מער ווייניגער איז נישט געווען קיין סופער חידושים.

נייע טעלפאונס נייע טעבלעטס, אבער נישט קיין באמבעס אין קיין שום הינזיכט.

אגב, די איינציגסטע גרויסע טעק פירמע וואס איגנארירט די שאו, איז עפל.
typist · 2012-01-15 23:57 · RE: נייע SHOW
מיר איז זייער געפאלן די בלויסטטאקס סאפטווער וואס מאכט אז מען זאל קענען ראנען ענדראוד עפפס אויף ווינדאוס 8, זיי זאגן אז זיי וועלן בקרוב ארויסקומען מיט א בעטא ווערזשאן פאר ווינדאוס 7.

לאזער מענדל; היי יאר איז טאקע דא א באמבע, אז מייקראסאפט וואס פלעגט אלעמאל האבן דעם כבוד צו עפענען די שאו, האט זיך בכלל נישט באטייליגט, טייל שפאקולירן אז זיי פרובירן מיט דעם צו נאכמאכן עפל...