נעכטן זאגט מיר אינגערמאן וואס האט געקויפט א מאשין צו ציילן געלט פאר צוויי יאר צוריק אז די עף בי איי איז אנגעקומען צו אים און אפיס טשעקן פארוואס ער דארף עס און נעמען די סיריעל נאמבער פון די מאשין
זיי זאגן אז היות די דראג דילערס ניצן עס אסאך גייען זיי עס נאך
זיי האבן אים געגעבן א סעלפאן נאמבער צו טעקסטן די סיריעל נאמבער פון די מאשין (זיי זענען געקומען צו די שיפינג אדרעס און עס איז נישט דארט געווען)
אלא מאי?
מען דארף נישט אזוי מורא האבן פון די אייגענע שאטן, מען נעמט זיי אריין, מען איז זיי מכבד מיט א גלאז טיי, מען ווייזט די מאשין און מען האט וואס צו פארציילן פאר די קינדערליך ביי נאכטמאל.
יא יא, אבער איינמאל זיי קומען אן אויף א וויזיט, קוקן זיי אריין אביסל טיפער אין בילד.
א זאך וואס ס'איז זייער זייער נישט איינגענעם, ווייל דער כלל לויטעט "אז מ'זוכט טרעפט מען".
(12-14-11 06:48 PM)שמואל האט געשריבן: יא יא, אבער איינמאל זיי קומען אן אויף א וויזיט, קוקן זיי אריין אביסל טיפער אין בילד.
א זאך וואס ס'איז זייער זייער נישט איינגענעם, ווייל דער כלל לויטעט "אז מ'זוכט טרעפט מען".
די עף.בי איי. איז נישט די איי.אר.עס.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 12-15-11 12:18 AM דורך זעירא דמן חבריא .)
(12-14-11 03:48 PM)זרח האט געשריבן: נעכטן זאגט מיר אינגערמאן וואס האט געקויפט א מאשין צו ציילן געלט פאר צוויי יאר צוריק אז די עף בי איי איז אנגעקומען צו אים און אפיס טשעקן פארוואס ער דארף עס און נעמען די סיריעל נאמבער פון די מאשין
זיי זאגן אז היות די דראג דילערס ניצן עס אסאך גייען זיי עס נאך
זיי האבן אים געגעבן א סעלפאן נאמבער צו טעקסטן די סיריעל נאמבער פון די מאשין (זיי זענען געקומען צו די שיפינג אדרעס און עס איז נישט דארט געווען)
עפעס מאכט נישט קיין סענס דא, די עף.בי.איי קומט נישט אריין אין א הויז אנע קאורט ארדער, אויב האבן זיי נישט אזא שטארקן חשד גייט עס דורך א פארמאלע בריוו אויסטויש דאס איז מעשים בכל יום, בעטן א סיריעל נאמבער דורך א טעקסט איז אומדערהערט און זייער אומפראפעסיאנאל איך האף נאר אז יענער האט גארנישט געטעקסט, ווער ווייסט וואפארא צרה לייט האבן ביי אים באזוכט...
אין שטים איין מיט גיקי, עס האט מיר אויך נישט געמאכט. קיין סענס פון די ערשטע מינוט.
ובפרט 'טעקסטן' א סיריעל נאמבער? זייער אומפארשטענדליך.
ר' זרח, ביטע גייט צוריק צום מקור און בעט עם ער זאל בעסער מסדר זיין די מעשה ווייל דיינע קאלעגאס ווילן דאס נישט אפקויפן אזוי פשוט
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 12-16-11 10:30 AM דורך מנחם .)
זיי האבן זיך נישט איינגעבראכן זיי האבן פשוט געקלאפט אויף די טיר
און די סיריעל נאמבער האבן זיי פשוט נישט געדארפט אזוי וויכטיג לכאורה זיי האבן נאר געוואלט זען ווער עס האט עס געקופט