באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / בעל בית פארום

סדר ה'אשכולות

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=255

זרח · 2011-11-09 12:40 · סדר ה'אשכולות
איך האב נישט געזען דיין נייע אשכול פון נעכטן איך בין שוין אינגאנצן צומישט
מנחם · 2011-11-09 12:44 · RE: גוגל וואויס
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=252
(11-08-11 05:37 PM)מנחם האט געשריבן:  

איך עפען אויך א פרישן אשכול ווי מ'קען פרעגן אין דיסקאסען אלעס ארום גוגעל'ס WEB פראגראמען.


(11-08-11 04:42 PM)מנחם האט געשריבן:  איך זיך זייער אינפארמעישאן אויב ס'דא א וועג צו באקומען ביי אימעיל אדער עני אנדערע פארמאט א 'ריפארט' פון 'אלע' קאללס צו מיין גוגעל וואויס, ד.ה. גוגעל וואויס זאל מיך אטאמאטיש שיקן די ריפארט, טעגליך, וועכענטליך, וכדו'

ביטע העלפט

ולמצוה גדולה יחשב

איך ברענג דאס אריבער אויפן עדווייס פונעם חכימא דפארומונינו מורה מורינו הרב ר' יוחנן

(11-08-11 05:49 PM)מנחם האט געשריבן:  ========================================


למעשה בין איך מסופק צו דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג צו באהאנדלן די נושאים דא, עס איז דאך שוין דא אן אשכול פאר DESKTOP, GMAIL, ETC. סא פארוואס א פרישע?
אבער פון די אנדערע זייט פיל איך נישט אז א פשוטע פראגע איבער וואויס זאל דארפן א פרישן אשכול.

וואס האלט דער עולם דא?

ויבא 'בעל' ה'בעל הבית' ויעש מה שחפץ בתוך ביתו.



======================================


אה ר' יוחנן יעצט זעה איך דיין ענטפער,
איך האב הנאה אז די האלטסט אז דאס איז נאר מקצת שבחו............. עכ''פ עס טוט מאמת זיין די טיטול ''חכימה דפארומונינו''..... הא?




====================================================

האט אבאוט מ'מאכט איין אשכול, ויקרא שמו בישראל
'GOOGLE טאלק, וואויס, טשעט, דעסקטאפ, א.ד.ג.'

?

רבותי רופטס ענק אן, לא עת לחשות. קאאלי קאלל הכיטסען..........
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-09-11 12:49 PM דורך מנחם .)
זרח · 2011-11-09 13:02 · RE: גוגל וואויס
מען דארף ווארטן אז די חכם הפורמאי זאל זיך אנרופן אדער די מנהל רסי יואל איינער געדענקט אים נאך ????
Yoel · 2011-11-09 13:43 · RE: גוגל וואויס
עס איז דא חילוקי דעות וויזוי ס'בעסער אויסצושטעלן די ענינים. אפשר איז כדאי מען זאל עס ברענגן צו א אפשטומינג.

מיין פרעזענדליכע מיינונג איז ענדערש צו מאכן קלענערע אשכולות מיט יעדע ענין עקסטער.

1. עס קאסט גארנישט צו מאכן נאך א אשכול.

2. עס איז גרינגער צו טרעפן. ווען איינער וויל אינפא איבער טאבלעט'ס למשל דארף ער דורכזוכן אלע בלעטער וואס רעדן בעיקר איבער סעל פאן'ס וכדו'. פארוואס זאלעס נישט זיין אפגעטיילט. פארוואס אז איינער דארף הילפ אין גאגעל וויואס זאלער דארפן דורכזוכן אלע תגובות וואס רעדן פון טשאט?

כ'זאג נישט קבלו דעתי... אז דער עולם וויל דייקא צאמגעשטעלט וועלן מיר אי"ה צאמשטעלן.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-09-11 01:44 PM דורך Yoel .)
בן בית · 2011-11-09 13:49 · RE: גוגל וואויס
איך בין אויף די מנהלס זייט
מנחם · 2011-11-09 14:07 · RE: גוגל וואויס
מנהל'ס זייט, אשכול מיט א קלארען קעפל, א קלארע קאפ איז דאס וויכטיגסטע.........
זרח · 2011-11-09 14:20 · RE: גוגל וואויס
גם אני מצטרף
Luzer Mendel · 2011-11-09 15:03 · RE: סדר ה'אשכולות
גם אני מצטרף.
עס קוקט נישט אויס ווי איינער איז מחולק, עס האט נישט קיין פשט אריינצוווארפן אלע גוגל פראדוקטן אין איין טאפ? וואס עפעס? ווייל גוגל האט זיי באשאפן?
יעדע נושא פאר זיך.
נאר אמאל איז שוווער צו פונאנדערטיללן די נושאים, סמארטפאוןס און טאבלעטס זענען אמאל געקניפט און געבינדן.

אבער עס קומט צוריק די אלטע נושא פון איינטיילן די פארום אין עטליכע סעקשאנס, וואס וואלט צוגעהאלפן צום סדר. איך וואלט פארגעשלאגן דריי סעקשאנס

ביזנעס (ונכלל בתוכו מייקראסאפט אפיס טיפס וכו)
פערסאנעל פיינענס (ונכלל בתוכו אנליין מציאות, שפארן, לייף אינשורענס, סעלפאון וכו.)
שאר יירקות (ונכלל בתוכו טעכנאלאגיע נייעס, א געדאנק איבער די גרויסקייט פון די ארבייטערס וכו.)
שמואל · 2011-11-09 16:01 · RE: סדר ה'אשכולות
גם אני מצטרף

שוין העכסט צייט צו איינטיילן די נושאים אין קאטעגאריעס.
שמעלקא · 2011-11-09 16:27 · RE: סדר ה'אשכולות
אלעזר מענדל רעדט דברים של טעם.

יעצט איז נאך נישט געפערליך, אבער מיט די צייט קען עס ארויס פון קאנטראל...
זרח · 2011-11-10 12:17 · RE: סדר ה'אשכולות
און בכלל האט עס א מעלה ווייל אזוי ווי עס איז יעצט קען מען שווער טרעפן וואס מען האט שוין אמאל גערעדט און ווי אויך א נייעגאסט קומט אריין ווייסט ער נישט דערפון אבער ווען עס איז איינגעטיילט איז עס פיל בעסער
Admin · 2011-12-01 01:34 · RE: סדר ה'אשכולות
(11-09-11 03:03 PM)Luzer Mendel האט געשריבן:  גם אני מצטרף.
עס קוקט נישט אויס ווי איינער איז מחולק, עס האט נישט קיין פשט אריינצוווארפן אלע גוגל פראדוקטן אין איין טאפ? וואס עפעס? ווייל גוגל האט זיי באשאפן?
יעדע נושא פאר זיך.
נאר אמאל איז שוווער צו פונאנדערטיללן די נושאים, סמארטפאוןס און טאבלעטס זענען אמאל געקניפט און געבינדן.

אבער עס קומט צוריק די אלטע נושא פון איינטיילן די פארום אין עטליכע סעקשאנס, וואס וואלט צוגעהאלפן צום סדר. איך וואלט פארגעשלאגן דריי סעקשאנס

ביזנעס (ונכלל בתוכו מייקראסאפט אפיס טיפס וכו)
פערסאנעל פיינענס (ונכלל בתוכו אנליין מציאות, שפארן, לייף אינשורענס, סעלפאון וכו.)
שאר יירקות (ונכלל בתוכו טעכנאלאגיע נייעס, א געדאנק איבער די גרויסקייט פון די ארבייטערס וכו.)

מיר זעען אז די עולם איז מסכים דערצו ווי אויך האט דער מנהל ר' יואל געבעטן אז מען זאל צוטיילן אין עטליכע סעקשאנס.

עס איז געווען א סברה צו האלטן אלעס צוזאמען כדי מען זאל קענען זען מיט איין בליק צו ס'איז דא נייעס, און נישט דארפן קלעטערן אין עטליכע פלעצער (דאס קען לכאורה אויך גורם געווען אז איין פארום זאל זיין מער ביזי און אנדערע וועלן שלאפן)

כדי צו האבן די מעלות פון ביידע, האבן מיר ארויפגעלייגט אויף די מעין פעיזש א קעסטל וואס וועט צוזאמברענגן אלע לעצטע נושאים, פון אלע סעקשאנס, אזוי וועט מען גלייך קענען זען ווי עס איז דא נייעס. און אויך אנהאלטן א סדר.
איר קענט עס זען דא
http://balboos.com/forum/index.php

עס ווייזט יעצט די לעצטע 15 נושאים, איז עס די ריכטיגע מספר?

און וואס האלט מען וועגן די סעקשאנס? זאל זיין דריי אויף די אופן וואס לוזער מענדל האט פארגעשלאגן?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 12-01-11 01:38 AM דורך Admin .)
דוד · 2011-12-01 12:36 · RE: סדר ה'אשכולות
די נייע אויסשטעל אויפן מעין פעידזש קוקט אויס צו זיין זייער גוט.

15 איז לפי דעתי הקלושה גענוג (אויף דערווייל, אפשר ווען די בעלבאס וועט זיך צעוואקסן, און עס וועלן שטראמען הונדערטע תגובות א מינוט - וועט דארפן זיין מער.. מי יתן והי'...)

נאר איין קלייניגקייט, אפשר וואלט געווען כדאי (אויב מעגליך), אז ביי די נושאים וואס ווערן געזעהן אויף די מעין פעידזש זאלן אויך זיין די גרינע עראויס פון די ערכטע זייט, צו גרינגער מאכן פארן עולם. (וואס שיקן גלייך אהין, דארט ווי מהאט געהאלטן ביי די תגובה) ייש"כ למפרע

לגבי וויאזוי עס זאל זיין צוטיילט, האלט איך מיט ר' אלעזר מענדיל (אויף דערווייל, פארשטייט זיך, וכנ"ל, און מיט די צייט ווען עס וועט זיך פארגרעסערן -בעזר אדון כל- וועט מען עס דארפן נאכמער צושטיקלען)

ובצאתי, אפרוש כפי אל ד', זאל געבן פאר די עוסקים בצרכי ציבור באמונה, ה"ה מנהלי ועסקני בעלבאס הדין, ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם כי"ר