באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / בעל בית פארום

px90 עקסערסייז, עני עקספיריענס?

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=240

מאטי געלצער · 2011-10-31 17:42 · px90 עקסערסייז, עני עקספיריענס?
איך וויל עס אנהייבן טון, די פראבלעם איז אז עס איז צו עקסטרים, איך דארף עס בעיקר צו זיין שטערקער געבויט, נישט פאר פעשקייט.

האט איינער עקספיריענס מיט די זאכן?
מאטי געלצער · 2011-11-01 09:44 · RE: px90 עקסערסייז, עני עקספיריענס?
עס זעט אויס ווי דער עולם פארשטייט נישט וואס איך וויל, פיין, פארגעסט פון די קאמפליצירטע ווארט "px90".

איר זיצט א גאנצן טאג ביים קאמפיוטער, איר ווייסט אז אייערע ביינער ווערן פארזשאוועט?

מען קען זען היינט עלטערע בעלי בתים וואו זיי האבן נישט קיין טראפ באלאנס, די גאנצע קערפער וועגט זיי אראפ, יעדע שפאציר איז א גאנצע זאך, אראפטראגן די גארבעדזש און פיקסן א לייט באלב דארף מען צוקומען צו די קינדער.

וואס טוט איר דערצו? כאטש אויפן טרעדמיל גייט איר? א טרעדמיל איז געמאכט געווארן צו פארלירן קאלאריעס, בדיעבד קען מען עס נוצן פאר "באדי בילידינג" (קערפער אויפבויען) אויך.

בקיצור, ווען מען נוצט א קאר זייער ווייניג פארשטייט יעדער אז אלעס ווערט אפגעשוואכט, די פליסיקייטן ווערן פארראסטעט, די מאטאר וועט מאכן א שרעקעדיגע קול ביים זיך אנצינדן א.א.וו. ביי א מענטש פארשטייט מען עס אבער נישט.

טוט יעצט עפעס איידער עס ווערט צו שפעט
Luzer Mendel · 2011-11-01 12:20 · RE: px90 עקסערסייז, עני עקספיריענס?
גראדע פון דיין נאמען קומט מיר פאר ווי די ביזט א ברייט ביינערדיגע אינג.
לגופו של ענין, איך טו גארנישט, אבער איך פלאן צו טון ריסערטש דערויף שוין די לעצטע צען יאר.
ווען איך וועל עפעס געוואויר ווערן וועל איך אייך מודיע זיין
זרח · 2011-11-01 14:05 · RE: px90 עקסערסייז, עני עקספיריענס?
וואס טוט די עקסערסייז?
ישעי · 2011-11-01 17:54 · RE: px90 עקסערסייז, עני עקספיריענס?
(11-01-11 02:05 PM)זרח האט געשריבן:  וואס טוט די עקסערסייז?

טראכט אליין
זרח · 2011-11-02 11:30 · RE: px90 עקסערסייז, עני עקספיריענס?
איך האלט אינמיטן
מאטי געלצער · 2011-11-02 11:58 · RE: px90 עקסערסייז, עני עקספיריענס?
זרח קענסט מסביר זיין דיין קשיא? דו פרעגסט אויף PX90 אדער אויף אלע עקסערסייז?

וואס עקסערסייז טוט אויף האב איך דאך שוין געשריבן
זרח · 2011-11-02 12:14 · RE: px90 עקסערסייז, עני עקספיריענס?
איך רעד פון PX90