(11-01-11 03:21 AM)Luzer Mendel האט געשריבן: מר. פאטאשאפ, קודם כל ברוכים הבאים.
צווייטענס, אז די שמוגעלסט שוין יא אריין אומלעגאלע סחורה, וועסטו מוחל זיין און עס מסביר זיין, ווייל איך כאפ נישט.
איך כאפ אויך נישט.
דריטענס, דער עולם זאל זיך בארואיגן, מען קען שוין מייינען ווי גלייך קיינער שמייכעלט נישט דא, און יעדער רעדט עפעס סטריקטלי ביזנעס.
ליין זיי מוחל איבער אברעמעל'ס תגובה
(10-31-11 03:22 PM)אברעמל האט געשריבן: עליכם שלום הער מר.ער בעט דעם גאנצן עולם. איך האב זיך נישט צוגעשטעלט צו די בקשה אז איך בעט אויך, איך האב מסכים געווען צום ראיון אז אזוי זאל עס טאקע זיין מהיום והלאה, איך נעם אן זיין בקשה.
והשנית, ווענד איך מיך צום גאנצן ציבור: הייבט נישט אן צו רעדן דא קרעטשמעריש. ווי זאגט נאר די וועלט (וואס, נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון?) "יעדע קרעטשמע מיט זיין ברוינפן". דער בעל-בית האט אן אייגנארטיגן סטיל און אטמאספערע, און לאמיר זיך האלטן דערצו...
פערטענס, בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז עס נישט אזוי שיין צו באפאלן א גאסט מיט אזהרות און חרמות בלויז ווייל ער קומט פון א צווייטע קהלה?
נישט געפערליך
פינפטענס, וואס גייט טאקע פאר מיטן עולם דא? וואס איז יעדער אזוי אבסעסד מיט די קרעטשמע? האט איינער אמאל געהאט דארט א שלעכטע עקספיריענס אין די איגענט? א סיקייעטריסט וואלט ווען אריינגעקוקט אין אזא מעגליכקייט.
ווי איינער האט שוין געשריבן זמן תורה לחוד זמן תפילה לחוד להבדיל. און גראדע איז גאר אן אנדערע סיזען ווען מ'וויל זיך אביסל אויסליפטערן און ווען מ'וויל הערן גיטע רעיונות ווי מ'קען זיך ארויפארבעטען אין ביזנעס, מיטן ווערן מער באקאנט אין די ביזנעס וועלט.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-01-11 06:09 PM דורך בן בית .)