פארוםבעל בית פארוםפארום'ס קאמענטארן
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=224
אויב איר פארשטייט נישט וויאזוי א געוויסע זאך ארבעט, אדער וואס עפעס א פיטשער טוט. זייט מוחל פרעגט עס דא.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-25-11 09:01 PM דורך Yoel .)
איך האב בטעות אנגעשטעלט מיין קאמפיוטער אז עס זאל נוצן די מאבייל וויא, און איך קען נישט צוריקסוויטשען צו פול מאוד. וויאזוי גיי איך צוריק צו די געהעריגע אויסזען וואס מען דארף האבן אויפן קאמפיוטער?
cant read your site from a palm phone
(06-28-11 11:44 AM)לייב האט געשריבן: איך האב בטעות אנגעשטעלט מיין קאמפיוטער אז עס זאל נוצן די מאבייל וויא, און איך קען נישט צוריקסוויטשען צו פול מאוד. וויאזוי גיי איך צוריק צו די געהעריגע אויסזען וואס מען דארף האבן אויפן קאמפיוטער?
קוק אונטען עס איז דא דארט א לינק
Switch to full version
איך האב א שאלה, וואספארא נושאים איז ערלויבט אין דיזן פורום? איך בין נישט אזוי אנציקט פון ענליך אויסזענדע פורומים און איך זוך א נייע פלאץ זיך צו באזעצן אויפן געוועב, אלזא נאכאמאהל איז די פורום בלויז פאר ביזנעס והגלילות, אדער אויף פאר אנדערע ענינים?
הערמעך אויס, ווארום אזוי לאנג ווי די באהערדע ענטפערט נישט מעג איך דאך נעמען דאס ווארט. דאס פלאץ איז בעצם געגרינדעט לשם ביזנעס והגלילות (וואו דו רופסט עס), אבער פעשטייצעך אז אינמיטן די ארבעט מעג מען אמאל אריינכאפן א צוקער'ל אויכעט. און אז מען צושמועסט זיך צומאל אזוי ווי רעים אהובים איבער דברים של מה בכך, ברויך מען אויך נישט גוזר תענית זיין, סוכ"ס איז דעך ער ציהל דא זיך אבעיסל אויסצולופטערן פון דעם טעגליכן הו הא, איז דעריבער וועלקאם אמאל א זייטיג שמועס'ל ווי לאנג עס גייט נישט ארויס פין די שינעס
(06-28-11 02:46 PM)גאסט האט געשריבן: (06-28-11 11:44 AM)לייב האט געשריבן: איך האב בטעות אנגעשטעלט מיין קאמפיוטער אז עס זאל נוצן די מאבייל וויא, און איך קען נישט צוריקסוויטשען צו פול מאוד. וויאזוי גיי איך צוריק צו די געהעריגע אויסזען וואס מען דארף האבן אויפן קאמפיוטער?
קוק אונטען עס איז דא דארט א לינק
Switch to full version
דער פראבלעם איז אז דער לינק ארבעט נישט..... עס סוויטשט נישט צוריק, און וועגן דעם האב איך שוין נישט באזוכט דעם פלאץ אזוי לאנג
פארוואס בלאקט JNET געוויסע אשכולות דא ??????? ????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????
(07-31-11 05:37 PM)בן בית האט געשריבן: פארוואס בלאקט JNET געוויסע אשכולות דא ??????? ????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????????
גם אני מצטרף צו די הארבע שאלה.
איך האב פונקט געכאפט א בליק ביי די נעמען פון אלע מעמבער'ס און איך האב זיך אנגעשטויסן אין א לאנגע ליסטע מיט מאדנע נעמען פון די לעצטע טאג צוויי.
מען מעג פרעגן וואס דאס דארף באדייטן?
אפשר איז עס איינס צוויי מענטשן וואס האבן געעפנט 10 ניקס אויפאמאל.
איך וואלט גע'עצה'ט פאר'ן אדמיניסטרעיטער צו כאפן א בליק אויב די איי פי אדרעס איז נישט די זעלבע ביי אלעמען...
א דאנק פארן אויפמערקזאם מאכן, מיר האלטן אין איין מעקן די סארט אקאונטס. עס ווערט געמאכט אויטאמאטיש דורך ספעמערס.
אויב ליידט מען אזוי סאך פון ספעמערס, איז כדאי צו מאכן די סארט צוריקטע אותיות (איך ווייס נישט וויאזוי דאס הייסט), וואס דאס קען מען נישט מאכן אויטאמאטיש.
א דאנק פאר די עצה. מיר ווייסן דערפון, אבער מיר האבן נישט געוואלט שווערער מאכן פאר פאטענציעלע מעמבערס.
אבער ווי עס קוקט אויס וועלן מיר עס יא דארפן איינשטעלן.
ההכרח לא יגונה.
יך פראביר מיר אויפציסיינען אבער אייביג קומט ארויף Password Doesn't match אפילו ס'שטימט יא! מה פשט?
איך האב פרובירט נאכצומאכן דעם פראבלעם, אבער אלעס ארבעט פיין.
פרוביר פון א צווייטע בראוזער אפשר.
שוין ווייטער איז דא א פלייץ פון אומגעוואונטשענע קאמענטירער, איך פארשטיי נישט פארוואס די אדמינ. נעמט נישט זאכן אין די הענט אריין
מיר טוען וואס מיר קענען, אויף א אופן וואס זאל נישט שטערן די ליינער.
מיר האבן שוין געבעטן בעבר אז ווער עס וויל צולייגן א פלייצע זאל מוחל זיין זיך פארבינדן מיט אונז.
איך האב לעצטנס געזען גאר א גיטע טאקטיק קעגן ספעמערס נעמליך אנשטאט די געווענליכע פאררוקטע אותיות וואס אפילו די קאמפיוטער אליין ווייסט אויך אסאך מאל נישט וואס עס מיינט שרייבט מען ארויס א נאמבער ווי למשל צוויי הונדרעט אכט און דרייסיג און ווען מען וויל זיך אריינסיינען דארף מען עס טייפן מיט נאמבערס 238 עס איז פיל גרינגכער ווי די אותיות
(08-24-11 02:54 PM)זרח האט געשריבן: איך האב לעצטנס געזען גאר א גיטע טאקטיק קעגן ספעמערס נעמליך אנשטאט די געווענליכע פאררוקטע אותיות וואס אפילו די קאמפיוטער אליין ווייסט אויך אסאך מאל נישט וואס עס מיינט שרייבט מען ארויס א נאמבער ווי למשל צוויי הונדרעט אכט און דרייסיג און ווען מען וויל זיך אריינסיינען דארף מען עס טייפן מיט נאמבערס 238 עס איז פיל גרינגכער ווי די אותיות
א דאנק זרח, מיר האבן טאקע דאס געטון, ווי איר קענט זען דא.
http://balboos.com/forum/announcements.php?aid=2א אומגערופענע 'גאסט' האט זיך צולאזט אין דעם אשכול אריינפירקלינג גארביטש. האבן מיר צייטווייליג געשפארט דעם אשכול, ביז עס ווערט פארטיג די פעולות אים אפצושטעלן בעזר השם.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-04-11 01:37 PM דורך Yoel .)
שוין א לאנגע צייט וואס די יעניגע האבן זיך אריינגעכאפט אין די הילף פארום און אונז מיז מיר בלייבן מיט די צינג אריינגעשטעקט נישט צום שפייען און נישט צום שלינגען און ס'בלייבט קוטשען ביי יעדעם זיינע פראבלעמן און הערות ע"כ האב איך געמוזט נעמען עפעס א צייטווייליגע פלאץ זיך צו לאזן הערן און לאמיר האפן אז די פראבלעמען וועלן וואס שנעלער פראכטען ווערן.
איך וועל אנהייבן מיט מיינע באדערפענישן:
מיר שטערט אביסל די סכום פון תגובות פער בלאט, איך מיין אז 10 איז זייער ווייניג קוים מ'כאפט זיך דעם אטעם און מ'דארף שוין איבערמישן, וואס האלט דער עולם? כ'בין גערעכט?(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-11-11 05:07 PM דורך בן בית .)
1000% right, somebody already complaint in the beggining, but the ADMIN didnt respond, maybe are new MENAHL R' YOEL SHLITA will help
יעדער קען עס אליינס אנשטעלן ביי די קאנטראל פענעל.
אה! א ריזיגן שכח ר' יואל.
יגעצי ומצאתי תאמין:
יעצט לאמיר אייך זאגן וואס צו טוהן.
אויבן לינקס קליק אויף "סעטינגס"
רעכטס אונטער Your Profile קליקט אויף "Edit Options"
לינקס אונטער "Thread View Options" די ערשטע דראופ דאון ליסט וועל אויס וויאזוי ס'שמעקט דיר.
הצלחה.(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-11-11 05:33 PM דורך בן בית .)
א דאנק בן בית, און א דאנק אייך ר' יואל. (איך האב צוגעלייגט דיינע אינסטרוקציעס
דא)
מען קען פיל זאכן אנשטעלן דארט, עס איז כדי פאר יעדעם צו כאפן א בליק.
עס קוקט אויס ווי רוב עולם האלט אז 10 איז צו ווייניג, מיר קענען טוישן דעם "דיפאולט" (עס וועט נאר טוישן פאר נייע אקאונטס) צו מער.
וואס וואלט איר געראטן אלץ די דיפאולט? 15?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-11-11 07:10 PM דורך Admin .)
מיין פערסענאל עפיניען איז 25, כשם שאין פרצפיהן שוות.... יעדער איז בארעכטיגט צו מחולק זיין.
(איך ביי מיר איז אנגעשטעלט 40)
איך מיז מיך באדאנקען פאר די פארוואלטונג: ס'מיר א גרויס כבוד אז מיינע דיבורים זענען אריין אין אזא בכבודיגע פלאץ. איך האף ווייטער צו קענען בייהילפיג זיין מיט וואס מעגליך.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-11-11 09:10 PM דורך בן בית .)
א גרויסע דאנק ר' יואל פארן איינמעלדן די אפציע עס קומט מיר אסאך צונוץ, און א ספעציעלע דאנק פאר בן בית פארן צוברענגן צו דעם.
גם אני מצטרף
יישר כח ר' יואל
הצעיר באלפי בעלי בתים
זרח
וואס איז פשט פון בכלל מאכן פעידזשעס? פארוואס זאל נישט לכתחילה זיין איינגעשטעלט אז מען קען זען אלעס (על כל פנים 50) ווער איז אינטערעסירט צו מישן ?
די זעלבע קושיא האב איך אלס אויף אלע סייטס ובפרט ביי שאפינג זיי געבן דיר קודם 15 אויף א פעידזש און ען קען אנשטעלן אז עס זאל זיין מער וואס איז פשט דערין?
ס'זאל זיך שנעלער לאודן (אראפלאדענען) די בלעטער
מ'קען אראפ נעמען די שטערן ביי יעדען אשכול? חוץ די ארט פון קאלערען סטארס זעה איך נישט וואס נאך מ'טוט מיט דעם.
איך האב שוין געטויטש סעטינגס ביי מיר 2 מאל (צו 40 תגובות פער פעידזש), אבער דער פעידזש אנטהאלט נאך אלץ בלויז 10 תגובות פער פעידזש.
פארוואס טוט ער זיך נישט אפדעיטן??
===========
אנטשולדיגט, ס'ארבעט שוין ב"ה.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-12-11 01:19 PM דורך שמעלקא .)
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-13-11 10:51 AM דורך בן בית .)
איך וויל באקומען עפעס א וועג אפדעיטס ווען ס'דא נייע ענטפערס דא, אבער אן אנפירקלען מיין גימעל מיט מיליאנען אימעילס.
איז דא עפעס א וועג?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-13-11 02:58 PM דורך בן בית .)
אינטערעסאנטע זאך, ה'האב בעמערקט אז נישט אלץ ארבעט די 'קוואוט דיס מעסעזש' אפשען. עני הסבר?
איך מיין אז די פאנט וואלט געקענט זיין א משהו גרעסער, ספעציעל ווען ס'האנדעלט זיך אין א קוואט דארף איך מיך ממש צובייגן צום סקרין.
יישר כח.
(11-01-11 06:12 PM)בן בית האט געשריבן: איך מיין אז די פאנט וואלט געקענט זיין א משהו גרעסער, ספעציעל ווען ס'האנדעלט זיך אין א קוואט דארף איך מיך ממש צובייגן צום סקרין.
יישר כח.
לכאורה איז עס דיין קאמפיוטער'ס פראבלעם, מיט איין דריי מיטן רעדן פונעם מייז קענסטו עס פארגערעסערן צו וועלעכע סייז דו ווילסט
אז מ'מאכט גרעסער די פעזש מיט די מייזל ווערן אלע וועבסייט'ס גרעסער, און אין אנדערע וועבסייט וועט עס שוין זיין צו גרויס.
איך מיין אז ביי גראום ווערט נאר די טעב גרעסער און אנדערע טעבס בלייבט די זעלבע
ביי קראום טוישט זיך נאר די טעב די אנדערע בלייבט די זעלבע מען קען עס זען ביי די אייקאן אויבן אויף די רעכטע זייט דארט קען מען טשעקן צו עס איז 100% עס קען גאר זיין אז די האסט עס אמאל בטעות קליין געמאכט במילא בלייבט די סייט אלעמאל געזאמט(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-03-11 10:58 AM דורך זרח .)
איז דא א וועג צו ווייזן א פיקטשער אין א פאסטת אז יעדער זאל עס קענען זען (נישט נאר מעמבערס) און מען זאל עס קענענן געהעריג זען (מען זאל עס נישט דארפן דאונלאודען)????
א פרישע פראבלעם נארוואס געבוירן געווארן, ווען מען טייפט אידיש זעהט מען נאר באקסעלעך און פאני סימבאלן, און נאר נאכן שיקן די תגובה זעהט מען וואס מען האט געשריבן (אדער ביי פריוויו).
(11-13-11 01:54 PM)שמואל האט געשריבן: א פרישע פראבלעם נארוואס געבוירן געווארן, ווען מען טייפט אידיש זעהט מען נאר באקסעלעך און פאני סימבאלן, און נאר נאכן שיקן די תגובה זעהט מען וואס מען האט געשריבן (אדער ביי פריוויו).
check you setting or your computer, i just checked and worked perfact
וועלכע אפציע ברויך מען טוישן?
אה ב"ה! איך האב גארנישט געטוישט, און אלעס איז שוין גוט.
כאשר בא כן הלך...(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-13-11 02:07 PM דורך שמואל .)
איך וויל וויסן אויב עס איז פאראן א מעגליכקייט צו שרייבן א נייע ענטפער/תגובה ווען איך האב געענטפערט דער לעצטער.
געווענליך, אויב איך בין דער לעצטער מגיב, וועט די נייע הודעה זיך צוזאמענשמעלצן מיט די פריערדיגע מיט א שטרייך אינדערצווישן כדי להפריד בין הדבקים, אבער אסאך מאל איז ממש אן אנדערן ענין, און איך בין נישט זוכה צו קענען מאכן א נייע ענטפער במלוא מובן המלה.
נאך א געוויסע צייט ווארטן שטעלט זיך עס שוין נישט צאם, וויפיל צייט ווייס איך נישט
ווען מען נוצט דעם בעק-קנעפל צוריקצוגיין צום הויפט-בלאט, ווייזט ער נאך אלס אויף די תגובות וואס מען האט אקוראשט געלעזט, אז ס'איז אומגעליינט (ביז מען מאכט ריפרעש)... ביטע פארריכטן, וייש"כ ותודה רבה מעיקרא.
וועגן דעם איז דאך דא דיי לינק אויבן און אונטן צוריקצוגיין צו די היים בלאט וואס אטאמאטיש ריפרעשט ער זיך נאכאמאל
איך מיין אז עס איז נישט שייך צו מאכן אז דורך בעק זאל עס זיך ריפרעשן על מיר הערן פונעם אדמין אויב בין איך נישט גערעכט