פארוםקאמפיוטער - טעכנאלאגיעהיה ואינו: סטיוו זשאבס
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=220
אברעמל,
פיין צוגעברענגט, ער שרייבט זייער גוט און ריכטיג. פארשטייט זיך אז איך האלט אויך אזוי, איך קוק נישט ארויף סטיוו זשאבס אין קיין שום וועג.
איך האב פשוט באוואונדערט און הנאה געהאט פון זיינע כשרונות.
ארויפקוקען קוק איך ארויף א פשוטע איד וואס רייסט זיך אויף פון שלאף מיט מידע רויטע אויגן און גייט לערנען פארטאגס.
פונקט אזויווי איך קוק נישט ארויף קיין פשוטע אידן וואס זינגען אריינצוברענגן "שמחה" אין אנדערע אידן אפילו איך גלייך (זעלטן) זייערע כשרונות.
דער תנא זאגט דאך, ומושל ברוחו מלוכד עיר.
ודאי, לא נחשדו ישראל על כך ארויפצוקוקן און שעצן אן ערפינדער וואס סך הכל האט ער אייביג אין לעבן געקוקט צו טוהן דאס וואס איז אים געווען די בעסטע... עס איז נאר א חידוש ווי שיין און קלאר א גוי ברענגט דאס ארויס.
ביז נישט לאנג צוריק איז דאס געווען א גרויסער חלק פונ'ם שלא עשני גוי, אז ביי א יוד איז געווען ארויפגעקוקט און געשעצט נאר איינער וואס האט זיך דערהויבן העכער זיינע רצונות, לעומת זה ביים גוי קען יעדער נידריגער אומוואוסנדער פוטבאל שפילער האבן פארברענטע חסידים = פענס בלע"ז וואס אסך רבי'ס וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן.
עס איז ממש נישט צו פארשטיין וויאזוי ביי א נארמאלער אינטעליגענטער מענטש איז א חילוק וואס א שפילער אדער זינגער האט צו זאגן אין נושאים פון פאליטיק, געזעלשאפט, וכו' אבער גיי לערן מיט א גוי ברטנורא, די חברה זענען ממש פארגעטערט.
לעצטנס ליידער האט זיך דאס אריינגעכאפט ביי אונז אויך אויף א געוויסן מאס, (וויאזוי ס'גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך), זינגערס זענען געווארן מאן דאמר'ס, מען נוצט זיי צו פאנד רעיזען וכו'. מיט א ניכטערן בליק מיינט דאס געפאלן עשר מעלות אחורנית, און דאס וווייזט נעבעך ווי טיף אין דער קרקע מיר זענען, ירחם ה'.
ועוד יש להאריך בזה הרבה, ואן כאן מקומו. ווי אזוי האט דער ר"ר בונם געזאגט? באשעפער ענדערש לייז זיי שוין יעצט אויס אלץ אידן, ווי איידער אביסעלע שפעטער אלץ גוים... בברכת גמר חתימה טובה ושנת גאולה וישועה בכלליות ובפרטיות לנו ולכל בית ישראל
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 10-06-11 04:13 PM דורך ערעב מיכל .)
שמעלקא, כ'ווייס נישט, עס איז געשען די מינוט, איך האב גאוואלט פאסטן א נייעס פון ווערייזן, געמאכט קאפי פעיסט, פלוצים טראך, די גאנצע מנחם איז אפגעשאכטן, קענט איר דאס גלייבן? איך נישט!
זעה מיין נייע אשכול אינטער מיין 'האפענטליכן' צייטווייליגן נאמען 'מנחם1'
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 10-10-11 04:43 PM דורך מנחם1 .)
דאס איז זיכער אז מען דארף מתריע זיין קעגן דעם וואס אין מאנכע פארגויאישטע פובליקאציעס ווערן גוים באשריבן מיט'ן גרעסטן ברייטקייט, און מיט א זעלטענע פשטות כאילו מיר מיט אים זענען איין זאך.
מען איז באמת שוין אזוי נאמב און צוגעוואוינט דערצו אז מען כאפט זיך נישט ווי טריף דאס איז.
באמת, יעדער וואס האט א טראפל יראת שמים אין זיך, און שטרעבט צו זיין א איד און אויפציען זיינע קינדער בדרך התורה גרוילט זיך באמת ביים דאס זען.
ווי פאלט ביי פאר א איד וואס גיט ארויס א פובליקאציע וואס ווערט געליינט בעיקר דורך בחורים און קינדער און נשים קלי הדעת, זיך אראפצוזעצן לכתחלה און באשרייבן א גוי זיין לעבן און זיינע מעשים מתחלה ועד סוף
דער ערליכסטער גוי איז דאך אזא גרויל אז נאר. ווער רעדט נאך סתם גוים. די שרייבערס זענען באמת נישט משיג דאס וואס שטייט אין ספרים אז פון א איד ביז א גוי איז דא א גרעסערע חילוק ווי צווישן א מענטש און א בהמה.
אדרבה, פרעגט יעדן וואס ארבעט אביסל מיט גוים אדער וואס דרייט זיך אין די גויאישע גאס, א גוי איז אזא נידריגע בריאה, כל כולו שקוע אין תאוות און נידריגקייט, גראבקייט און חומריות אז נאר.
וואס א קינד ליינט האט א גרויסן השפעה אויף אים, איז וויאזוי נעמט זיך א איד אן אחריות צו באשרייבן און פארגעטערן א גוי, און אריינברענגען אין קינדער און בחורים א תאווה צו זיין ווי דעם גוי, ווערן אן עושר, א קאמאנדא, א סאלדאט, וכדומה.
ממילא, איך האף אז די אידישע צייטונגען באשרייבן נישט דעם סטיוו דזשאבס, נו איז ער געווען א געלונגענער אינגערמאן, האו קעירס, באמת אידישליך גערעדט האט ער געברענגט גרויסע חורבנות פאר אידן, מיט'ן אייפאד און די אנדערע כלים, כ'מיין האב איך דען נישט א נסיון צו קויפן א עפל אייפעד, נאר איך וויל דאס נישט אריינברענגען ביי מיר אין שטוב צוליב די קינדערלעך, נו קומט אים אויסצולויבן, קיין ספק אז ער איז געווען אן אגענט פונעם שטן.
פון שלחן ערוך קוקט בכלל נישט אויס אז שרייבן גויאישע זאכן איז מותר, און דער שכל זאגט אז נישט, איז אז מען שרייבט אמאל וועלטליכע זאכן און עס פאלט אריין א ווארט איבער א גוי, א פאליטישאן א באאמטער, א פערזאן אין א געשיכטע, מהיכא תיתי, אבער פארגעטערן דעם גוי און זיך אראפזעצן לכתחלה פארציילן זיינע גרויסקייטן, השם ישמרינו
אין אמאליגע דורות וואלט מען מחרים געווען אזעלכע פובליקאציעס, און קיין שום נארמאלער טאטע וואלט נישט געלאזט זיינע קינדער דאס ליינען.
באמת מענטשן זענען נאאיוו, ווען זיי זאלן אריינשפאצירן צו די סארט שרייבערס אין ביורא און זען וואסערע מאטעריאל ליגט אין די שענק און אויף די פאדלאגעס וואלטן זיי ארויסגעגאנגען און געבראכן, איך מיין נישט קיינעם אין פארטיקולער, אבער ווער עס באשרייבט א גוי מיט א זאפטיגקייט לכתחלה... וואס מיינט דאס?
בכלל איז דאס אזא מין סופער פערדעריי שטיק אז מיר אידן דארפן זיך אפלערנען ביזנעס טאקטיקן פון די גוים.
יעדער איד וועלכע האט א נארמאלן שכל הישר און קען לערנען גמרא תוספות איז רעדי אריינצוגיין אין ביזנעס, עס איז אן דע דזשאַב טרענינג.
יא עס איז אפשר דא כללים אין מארקעטינג, כללים אין אנדערע זאכן, דאס איז אפשר ווי צושפייז. אבער מען דארף נישט צוקומען צו שטודירן א גויאישן סי. אי. או.
וויפיל סי. אי. או'ס זענען ווערט כפרות, און ווען זיי טרעטן אפ באווארפט מען זיי מיט מיליאנען דאלארן פאר'ן פירן פירמעס אין די ערד אריין, איך קען אייך אויסרעכענען א לאנגע ליסטע, נישט קיין אייגנס, איך רעד פון א לעצטיגן באריכט אין די גויאישע פרעסע וועלכע האט געשילדערט געלונגענע ביזנעס איינס נאכ'ן צווייטן וועלכע זענען ארויסגעווארפן געווארן מיט מיליאנען דאלארן.
נעמט א ביישפיל פון דעם יאהו פירער, דזשערי יענג, וועלכער האט אפגעווארפן מייקראסאפט'ס אנבאט פון 47 ביליאן דאלאר... יעצט איז ער גרייט צו פארקויפן יאהו פאר זיבן ביליאן דאלאר...
מורא'דיג געלונגען.
מיר זענען נאך אזוי קלוג ווי די אלע גוים, אידן ווערן אנגערופן אן עם חכם ונבון.
אין צוגאב, ביי גוים איז אלעס היפוך די תורה און א איד וואס פרובירט זיך צו פארגויאישן שפירט זיך נאכדעם וואס ער האט אראפגעשלונגען א גאלאן מר. קליען
איך האב א גאר נאנטער פאמיליע קרוב וועלכער איז ליידער געווארן א גוי גמור, דער באשעפער זאל העלפן ער זאל תשובה טאן, האט ער מיר געזאגט, גלייב מיר, נישטא וואס צו זוכן אין די גויאישע וועלט, עס איז נידריג, געמיין, עגאיסטיש און יעדער זוכט צו באגראבן דעם צווייטן.
(ער האט נישט געוואלט גלייבן וואס די תורה זאגט, וואס די ערליכע אידן זאגן, וכדומה, ער האט זיך דאס געמוזט אליינס איבערצייגן, ווי יענער וואס האט נישט געוואלט גלייבן אז ווען מען שניידט אפ די הענט טוט דאס וויי, ער האט זיך דאס געמוזט אליינס איבערצייגן).
נעמט א ביישפיל היינט איז געווען א באריכט אין די פרעסע, אז אויב עמיצער וויל זיך דערשנאפן צו א פירערשאפט פאזיציע אין א פירמע, זאל ער אכטונג געבן נישט צו זיין קיין גוטער און נאכגעביגער ווארום דאס ווייזט אויף שוואכקייט און זיין א גולם, פארקערט, די וואס זענען שלעכט, סעלפיש, עגאאיסטיש און דאמינירענד, האבן א פיל בעסערן שאנס אויסגעוועלט צו ווערן פאר א פירערשאפט פאזיציע אין א פירמע.
נו דאס דארף א איד טאן? איז נישט דער סימן פון אידן רחמנים ביישנים און גומלי חסדים? איז דאס נישט א סתירה?
דערפאר איז די גאנצע מיינונג אז מען דארף אונז אויסשולן און לערנען ביזנעס א הויפן פערדעריי
נישט איינשטימיג.
עס איז א פאקט אז אומגעלערנט די נויטיגע כללים פאלט מען זיכער דורך.
עס איז נישט קיין פאקט אז יא לערנענדיג פאלט מען נישט דורך.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 10-10-11 06:30 PM דורך מנחם1 .)
אונזער באליבטער העלד איז געווען א פשוט'ער קרוק.
זעהט א פריש פארעפענטליכער עף. בי. איי. דאסיאר
דאווען דו וואלסט געליינט יוחנןס ארטיקל וואלסטו שוין געזען דארט אויך.
יוחנן רייסט אים גאנץ גוט ארונטער.
אבער קיינער זאגט נישט אז ער איז געווען א קרוק, אבער ער איז נישט געווען קייין פריינטליכע מענטש
קיינער זאגט נישט?
אפשר ביז היינט, ליין איבער דעם דאסיאר, וועסטו זעהן אז עס איז שוין איינמאל א מאן דאמר.
I dont see anything i didnt know before.
He experimented a little with drugs.
Thats nothing, every goy does it
He did it becausehe was a ober chuchom, he had to try everything(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 02-09-12 07:04 PM דורך Luzer Mendel .)
אינטערעסאנטער ארטיקל.
וואס האט מיר געפאלן און ארויסגעצויגן א שמייכל איז די קאמענט (הערה) פון איינעם פון די קאמענטירער:
Mr. Jobs will twist the truth and distort reality in order to achieve his goals - No wonder there was an FBI investigation, the government hates competition