באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / בעל בית פארום

דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=22

⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 82 תגובות; געראטעוועט 63. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.

זלמן · 2011-06-29 17:31 · דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
וואס האלט דער עולם וועגן אינטערנעט בראוזערס וועלכע איז די בעסטע

די מערסטע פאפולער זענען, אינטערנעט עקספלויערער, מעזילא, גוגל קראם, סאפארי (איך שרייב עס גיט?Big Grin)

וואס האלטסו איז די בעסטע?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-04-11 04:25 PM דורך זלמן .)
זרח · 2011-06-30 14:50 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
קראום
זלמן · 2011-06-30 14:52 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
(06-30-11 02:50 PM)זרח האט געשריבן:  קראום

א הסבר ביטע
זרח · 2011-06-30 18:31 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
עס צינד זיך אן און מילי סעקאנדס און גראד דרייט צו ארבייטטן און אויך ארבייט עס די שנעלסעטע פון אלע בראוזערס
שמעלקא · 2011-07-01 14:11 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
עס איז שוין געווען א לענגערע דיסקאשען דעריבער אין די פריערדיגע (אלטמאדישע..) פארומ'ס, וואו מ'האט אויסגערעכנט די מעלות פון אלע. קראום איז זיכער די שנעלסטע און די מערסטע "רעספאנסיוו", אבער איז נישט גוט אויב דו ווילסט פרינטן (קענסט נישט אראפנעמען די העדערס און פאטערס און די אותיות ווערן עפ"י רוב נישט גוט גע"רענדערט", עס קומט ארויס צושטופט און נישט אזוי קלאר), אינטערנעט עקספלארער איז אסאך בעסער אין דעם הינזיכט, אזוי אויך טוען זיי רענדערן געוויסע וועבסייטס א טראפעלע שנעלער, HTML5 און פארשידענע אנדערע שמות הנרדפים, הגם נישט גענוג שנעלער אז א פשוט'ער מענטש זאל דאס רעאליזירן. פייערפאקס איז אויך גאר שנעל, בעיקר מיט די לעצטערע ווערסיעס, און זיי האבן די מערסטע עקסטענשאנ'ס וואס מען קען פרייוויליג צולייגן כרצונכם הטוב.

איך פערזענליך נוץ געווענליך קראום (חוץ ווען איך וויל פרינטן, און חוץ פון געציילטע סייטס וואס קומט נישט גוט ארויף אויף קראום), און איך האב צוגעלייגט עטליכע געשמאקע עקסטענשאנ'ס וואס העלפט מיר ארויס. אויב איך וועל האבן צייט קונעמדיגע וואך אי"ה, ועל איך ארויפלייגן לינקס און הסברה וועלכע עקסטענשאנס איך נוץ און פארוואס.
גאסט · 2011-07-01 14:30 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
איז קראום גיט פאר דאונלאדס?
לויט וויפיל איך געדענק קען מען נישט סעיווען א פייל ווי מען וויל עס גייט נאר אריין נאר אין א געוויסע פאלדער
אנדערש ווי די אנדערע וואס מען קען עס גלייך סעיווען וועלכע פאלדער מען וויל
זרח · 2011-07-03 13:18 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
הרב גאסט קודם פארוואס מאכט איר זיך נישט היימיש מיט א נאמען געהעריג? נישט דא פו וועמען זיך צו שעמען די בעל הבית ד א איז א פיינער מענטש מאכט אייך היימיש.

בנוגע סעיוון און קראם איז אנגעשטעלט לכתחילה אז אלעס זאל זיך סעיווען ביי דאונלאודס אבער מען קען עס טוישן, צו טוישן גייט צו טאלס (דאס איז די אייקאן פון א צווענגל אויבן ביי די רעכטע זייט פון די אדרעס באר און גייט צו OPTIONS און ביי די זייט איז דא א אפשען UNDER THE HOOD און דארט גייט צו DOWNLOADS קען מען אנשטעלן ווי עס זאל זיך סעיוון און אויך אז עס זאל זיך אייביג סעיוון צו א געוויסע פלאץ אויב איר ווילט אזוי.
גאסט · 2011-07-03 16:47 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
ישר כח זרח
בן בית · 2011-07-03 19:42 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
קראום קראום קראום שנעל שנעל שנעל + א פילע סקרין.
שמואל · 2011-07-04 10:02 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
זינט איך האב זיך צוגעוואוינט צו קראום בין איך געווארן עדיקטעד צו איר... היינט קען איך נישט אנקוקן אינטערנעט עקספלויער.

פייערפוקס נוץ איך צומאל צומאל צוליב אירע פילע אפציעס שאין כדוגמתה, אבער רעגלמעסיג איז קראום מיין ליבלינג.
פרידמאן · 2011-07-04 10:05 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
איך מיין אז אויף מעק איז קראום בכלל נישט אזוי גוט, איך האב עס שוין אפאר מאל פראבירט, אויף ווינדאוס פארמאגט עס א ספיד און א איינפאכקייט וואס קיינער האט נאכנישט באוויזן.
זלמן · 2011-07-04 12:33 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
וואס זאל איך אייך זאגען
איך פארשטיי נישט פארוואס איך האב נישט געוויסט דערפון ביז יעצט
פאר סיי וועלכע סיבה האט איך געהאט א שלעכטע קוק אויף קראם
יש''כ טייערע חברים
קראם איז שנעל אין געשמאק איך ווייס נישט פארוואס מייקרעסאפט שעמט זיך נישט מיט אזא צירוקגעשטאנענע בראוזער

(מעסעזש געשריבן אויף גוגל קראם)
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-04-11 12:33 PM דורך זלמן .)
גאסט · 2011-07-04 13:12 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
די סיבה פארוואס קראם ארבעט פיל שנעלער און גרינגער איז צוליב וואס גאגעל וויל זיין פון מערסט גרעסטע באנוצערס דעריבער האבן אויגעשטעלט אז קראם בכלל און גאגעל בפרט זאל נישט האבן קיין בילדער נאר א ווערטער סערטש וועגן דעם דארף עס נישט קיין סאך צייט ווייל עס דארף נישט לאדען בילדער

ווי מען קען זייער גוט באמערקן די חילוק צווישן דזימעיל און יאהאא, יאההא נעמט היפש ביז עס קומט ארויף די גאנצע פעידזש מיט די בילדער עדוועטייזמענטס און ביי דזימעיל וואס עס האט אויך עדוועטייזמענט אבער אן א בילדער עפענט זיך אויף די פעידזש אינס צוויי
גאסט · 2011-07-04 13:32 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
מעג מען דען ניצן יאההו אז עס האט בילדער?
אפי' מיט אלע פאלטשע היתרים עס גייט אריין אין כלל פין איכא דרכא אחרינא
אברהם · 2011-07-04 13:55 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
שמעלקא איז איר אונזער טעכנאלאגיע עקספערט נישט פון היינט, מיר ווארטן זייער אויף דיין אנאליז, איך פערזענליך נוץ אויף קראום, אבער איך וואלט געוואלט הערן איבער נוצבארע עקסטענשאנס.
שמעלקא · 2011-07-04 18:49 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
שקויעך אברהמ'עלע. נישט עקספערט ממש, אבער אביסעלע עקספיריענס פון דא און דארט...

איך דארף נאך אביסל צייט, אבער כדי אנצוהייבן, וועל איך קודם לייגן א לינק פון די "מפתח" וואו איר קענט אראפנעמען די אלע (אומזיסטע) עקסטענשאנ'ס פאר קראום. איר קענט אויך זעהן אויף יעדע איינע א קורצע דעסקריפשאן, און די רעיטינג וואס מענטשן זאגן דערויף.

https://chrome.google.com/webstore?category=ext

עס איז זיכער אז פייערפאקס האט די אויבערהאנט אויף עקסטענשאנס, און האט פיל א גרעסערע אויסוואל ווי קראום, אבער איך נוץ כמעט נישט פייערפאקס. דוכט זיך אז "אלעזר מענדל" איז געווען א שטיקל עקספערט אין פייערפאקס (לאזער מענדל, דרייסט זיך דא אינעם נייעם פארום? איך קען דיר כמעט נישט טרעפן.. לאז דיך הערן!)

* * *

צו געבן א שטיקעלע השגה אין די עקסטענשאנ'ס אין קראום, וועל איך אצינד שרייבן איינצעלנע שורות.

קודם כל, די מערסטע נוצליכע עקסטענשאן האב איך שוין געשריבן אין א "טיפ" אין בעל הבית אויסגאבע, איז די "פעסווארד מענעדזשער" וואס הייסט LastPass. אנשטאט איך זאל זיך כסדר דארפן מוטשען און אריינסיינען אין הונדערטע סייטס וועלכע פארלאנגען מיינע אינפארמאציע, טוט עס אויטאמאטיש די ארבעט פאר מיר, און דאס קען מען טון אויף סיי וועלכע קאמפיוטער אויף די וועלט, ד.ה. אפילו דו פארסט אוועק און דו נוצט יענעמ'ס קאמפיוטער, קענסטו זיך אריינסיינען און האבן אלע דיינע פעסווארדס און לאג-אין אינפארמאציע צו די האנט. און עס איז אומזיסט!

א צווייטע קלייניגקייט וועלכע האט מיר אלס געשטערט אין קראום, וואס אנדערע בראוזערס זענען בעסער אין דעם, אז ווען איך האב אפן מערערע טעבס, און איך דרוק דעם רויטן X צו פארמאכן קראום, פרעגט ער נישט קיין קשיות נאר אלע טעבס מאכן זיך צו אויפאמאל. איך ווייס, מען קען צוריק עפענען די פריערדיגע טעבס, אבער ביטע, איז נישט גרינגער איין אונס פון פרעווענשאן ווי איידער א גרויסע רפואה? אלע אנדערע בראוזערס וועלן געבן א פרעג, ביזטו זיכער צי דו ווילסט טאקע פארמאכן אלע טעבס? פארוואס קען דאס נישט קראום באווייזן?

איך האב זיך שטארק געמוטשעט דערמיט, ביז איך האב געטראפן אן עקסטענשאן וואס האט מיר געראטעוועט. עס הייסט Chrome Toolbox. ער גיט צו אפאר נוצבארע אפציעס צו קראום, און אט די אפציע צווישן זיי. און איך בין זיך מחי'!

המשך יבא בעז"ה.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-04-11 06:50 PM דורך שמעלקא .)
בענעט · 2011-07-04 19:33 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
ווי יעדער איינער דא, נוץ איך אויך קראום, איך גלייך עס זייער אויף מיין מעק כאטש צימאל מיז איך עפענען סאפארי ווען איך דארף גיין צו מיין באנק אקאונט וואס עפענט זיך נישט מיט קראום, סאפארי האט טאקע אסאך פענסי פיעטשערס אבער קומט דאך נישט צי די שנעלקייט פונעם קראום,
וועגן דאס וואס שמעלקא האט געשריבן אז ספארמאכט זיך אלע טעבס, די מעק יוזערס וועלן זעהן א warn before quitting אין די אויבערשטע טעב
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-04-11 07:34 PM דורך בענעט .)
זרח · 2011-07-05 12:37 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
שכוח שמעלקע פאר די עקסטענשאן עס האט נאך גיטע זאכן
זלמן · 2011-07-05 13:24 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
(07-03-11 01:18 PM)זרח האט געשריבן:  הרב גאסט קודם פארוואס מאכט איר זיך נישט היימיש מיט א נאמען געהעריג? נישט דא פו וועמען זיך צו שעמען די בעל הבית ד א איז א פיינער מענטש מאכט אייך היימיש.

בנוגע סעיוון און קראם איז אנגעשטעלט לכתחילה אז אלעס זאל זיך סעיווען ביי דאונלאודס אבער מען קען עס טוישן, צו טוישן גייט צו טאלס (דאס איז די אייקאן פון א צווענגל אויבן ביי די רעכטע זייט פון די אדרעס באר און גייט צו OPTIONS און ביי די זייט איז דא א אפשען UNDER THE HOOD און דארט גייט צו DOWNLOADS קען מען אנשטעלן ווי עס זאל זיך סעיוון און אויך אז עס זאל זיך אייביג סעיוון צו א געוויסע פלאץ אויב איר ווילט אזוי.

ווען איך וויל די דאקומענט זאל זיך עפענען אין נישט סעיווען אין קיין אקטיווע פאלדער
איז דא א סעטינג פאר דעם אזווי אין אנדערע בראוזערס?


נאך א פראבלעמן אין קראם
ווען איך דריק ענטער וועט ער מיך טאקע אראפטראגען א שורה אבער וועט נישט אראפשיקן די עקזעסטירענדע שורה,
נאר נאך 2 מאל דרוקען ענטער וועט ער אים אראפטראגען א שורה אבער דעמאלסט בין איך שוין 2 שורות אראפ

איך וועל בעסער מסביר זיין
מיר האבען שורה 1, 2, אין 3
איך בין אויף שירה 1 אין וויל אראפגיין צו שירה 2, אבער שירה 2 האט שוין טעקסט, נארמאלערהייט ווען איך דריק ענטער דארף ער אראפדראגען די טעקס פין שורה 2 צו שורה 3
וואס ער טוט אין קראם איז, ער טראגט נאר מיך אראפ אין לייגט מיך לעבן די טעקס (כאילו כ'האב נאר געדרוקט די דראפער)
אין ווען איך דרוק 2 מאל ענטער וועט ער מיך אראפטראגען נאך א שורה אבער דעמאלטס וועט ער שוין ריקן די טעקסט פין 2 צו 3
נישט אין יעדע וועבסייט ליידט איך דערופן (אויך נישט אויף בעה''ב) בעיקר ביי זשימעיל - מיין מערסט באניצטע סייט

איינער וואס האט נישט די פראבלעם וועט מיך שוין אנקוקען פאר א נאזש, אבער די וואס האבען דאס וועלן מיך דאסמאל אויך פארשטיין
ווייסט איינער פשט?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-05-11 02:12 PM דורך זלמן .)
Luzer Mendel · 2011-07-05 16:13 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
(07-04-11 06:49 PM)שמעלקא האט געשריבן:  דוכט זיך אז "אלעזר מענדל" איז געווען א שטיקל עקספערט אין פייערפאקס (לאזער מענדל, דרייסט זיך דא אינעם נייעם פארום? איך קען דיר כמעט נישט טרעפן.. לאז דיך הערן!)

איך בין דא טייערע חברים צדיקם וידידים!
כי שמעתי מאחורי הפרגוד אז מען זוכט מיר, בין איך תיכף געקומען, כ'בין נאר געוון פארנומען אביסל.

סאו וואס איז די פראגע? יא איך נוץ פייערפאקס און טאקע נאר פייערפאקס, איז נאך עפעס שווער?

איי אינטערנעט עקספלארער? כי בזאת אתם נלכדים!

אוי וירד והגיד, וירד והגיד (סארי, עס קלונגט מיר אין קאפ פאר סאם ריזן)
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-05-11 04:14 PM דורך Luzer Mendel .)
Moishala · 2011-07-05 22:06 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער אין די בעסטע
(07-04-11 10:02 AM)שמואל האט געשריבן:  זינט איך האב זיך צוגעוואוינט צו קראום בין איך געווארן עדיקטעד צו איר... היינט קען איך נישט אנקוקן אינטערנעט עקספלויער.

פייערפוקס נוץ איך צומאל צומאל צוליב אירע פילע אפציעס שאין כדוגמתה, אבער רעגלמעסיג איז קראום מיין ליבלינג.

שאין כדוגמתה?????Huh
אברעמל · 2011-07-05 22:13 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
לוזער'ל, נישט קיין ווינדער, ווען איך העט ווען געהאט פייער פאקס העט איך ווען אויך נישט געקענט קיין דעם געבן.
Luzer Mendel · 2011-07-05 22:44 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
(07-05-11 10:13 PM)אברעמל האט געשריבן:  לוזער'ל, נישט קיין ווינדער, ווען איך העט ווען געהאט פייער פאקס העט איך ווען אויך נישט געקענט קיין דעם געבן.

אויף אידיש זאגט (פרעגט) מען

ווי קומט די קאץ איבערן וואסער?
אהרן יאסל · 2011-07-06 15:00 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
איך נוץ סאפארי פון מעק און איך בין ב"ה זייער צופרידן
זלמן · 2011-07-06 15:08 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
בקיצור אינטערנעט עקספלוירער איז קיינער נישט ציפרידן
נאך א מזל עס איז דא א בעה''ב פארום ווען נישט וואלט איך יעצט זיך נאך געמיטשעט מיט עקספלוירער
רוב עולם איז פאר קראם
אין א חלק איז פאר מעזילא אדער סאפארי
אגב, וואס זאגט דער עולם צו opera?
זרח · 2011-07-06 15:11 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
לוזער מענדל ווי מאכט מען אזוינע שיינע זאכן?
Luzer Mendel · 2011-07-06 15:37 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
ב"ה אבי איינער האט באמערקט,
ווייסט דאך ווי מען זאגט, אז מען קען, קען מען.
Shimen · 2011-07-06 22:14 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
I'm thinking to use google chroom after i'm seeing so many recommendations from our heimishe oilam
זרח · 2011-07-07 12:32 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
רבי שמעון פארוואס ווארטסטו?

זכרנו ימים מקדם ווען איך בין נאך געווען גרין און זיך אפגעמיטשעט מיט עקספלארער נישט מער געדאכט
(07-06-11 03:37 PM)Luzer Mendel האט געשריבן:  ב"ה אבי איינער האט באמערקט,
ווייסט דאך ווי מען זאגט, אז מען קען, קען מען.

די נעמסט אן דזשאבס אויך אדער נאר פאר פרייוואט יאז?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-07-11 12:34 PM דורך זרח .)
זלמן · 2011-07-08 14:59 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
איך זעה אז קראום פארטראגט זיך נישט אזוי גיט מיט געוויסע וועבזייטליך
למשל ביי עמעריקען עקספרעסס איז דא ממש געציילטע פלעצער ווי די ראו'ס (שורות) ווערן אביסל צימישט
האט נאך איינער באמערקט
אין א סעלאשען?

אפי' אזוי איז קראם נאך אלס א געשמאקע בראוזער
אינטערסאנט אז ער עולם ווייזט נישט דערפון
שמעלקא · 2011-07-08 15:07 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
זלמן, יעדע בראוזער מוטשעט זיך מיט געציילטע סייטס וועלכע פארטראגן זיך נישט גוט. ליידער איז קראום אביסל שוואך אין דעם הינזיכט, אבער די מעלות זענען פיל מער ווי די חסרונות.

דעריבער האב איך אינטערנעט עקספלורער אויך, און פאר די סייטס וואס קראום מאכט פראבלעמען נוץ איך לכתחילה דארטן.

איז דא איינער וואס נוצט דעם "פעיוואריטס באר"? עס איז א דינער שטריך מיט לינקס אונטער דעם אדרעס באר, וואס מיט איין קליק קענט איר גיין צו אייערע פעוואריט סייטס. איך נוץ דאס טעגליך.
זרח · 2011-07-10 11:15 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
(07-08-11 02:59 PM)זלמן האט געשריבן:  אינטערסאנט אז ער עולם ווייזט נישט דערפון

זעסט דאך אז רוב עולם האט יא געוויסט
איך האב לעצטענס געדאונלאוד REAL PLAYER און זיי האבן א אפשען אז מען קען דאונלאודען א ווידיאו פון עני סייט למעשה האב איך באמערקט אז עס ארבייט נאר מיט עקספלארער מיט קראום ארבייט עס נישט (דאכט זיך מיר אז מיט פייער פאקס אויך נישט)
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-10-11 11:17 AM דורך זרח .)
שמואל · 2011-07-10 13:48 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
ביי מיר ארבעט ער יא מיט קראם
זלמן · 2011-07-10 16:06 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
ביי מיר ארבעט עס אויך נישט
וואס קען זיין די פראבלעם?
Luzer Mendel · 2011-07-10 16:10 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
לויט מיין עקספיריענס האט יעדע בראוזער עפעס זייטלעך מיט וועם ער פארשטייט זיך נישט אקוראט.

לויט מיין עקספיריענס איז פייער פאקס די בעסטע אין דעם הינזיכט.

עקספלארער די ערגסטע
דערנאך אפערע
דערנאך קראום
פייערפאקס איז די בעסטע
זרח · 2011-07-11 12:32 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
זלמן מיט עקספלארער ארבייט עס יא ביי דיר?
זלמן · 2011-07-11 12:37 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
ווען איך פלעג עס ניצן פלעגט עס ארבייטן
איינער האט מען רעקאמענדירט צו ניצן א ספעציעלע פראגראם וואס מ'קען האבען בחינם עס הייסט יו טאב דאנלאודער,
אבער עס ארבעט נישט ביי רוב פראגראמען נאר ביי יו טוב אין זיינס גלייכן - ווי א שות''מ טאר נישט האבען/קענען האבען קיין ציטריט
שמעלקא · 2011-07-11 15:39 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
זרח, עס ארבעט מיט עקספלארער. אגב, פאר די וואס נוצן עס, אויב נעמט איר די "ריעל-פלעיער פלאס", דהיינו איר צאלט צו א 40 דאלער (פאר עטליכע אומוויכטיגע פיטשערס) גייט דער דאונלאוד פיל שנעלער ווי די פרייע ווערסיע פון ריעל פלעיער.

אויכעט האבן זיי צוזאמען מיטן (פרייען) פלעיער צווי גוטע טאלס, איינס איז א "טרימער", דהיינו איר קענט אפשניידן די אנהויב און ענדע פון א ווידיא, און די אנדערע איז א קאנווערטער, אויב דאונלאודט איר א FLV פייל, למשל, קענט איר דאס קאנווערטן צו א ווינדאוס פארמאט אדער צו א סעל פאון. עס איז טאקע גאר שטאט און לאנגזאם, אבער פאר אומזיסט איז דאס אויך גוט. (הגם מען קען טרעפן אנדערע, שנעלערע, פאר אומזיסט)
זלמן · 2011-07-11 15:55 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
די אויבערדערמאנטע פראגראם ''יו טוב דאונלאודער'' איז זייער גיט צו קאנווערטן מידיע פיילס
זרח · 2011-07-12 14:36 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
נאך א חסרון פון עקספלארער איז אז מען קען נישט דראפן פיילס ווען מען וויל עפעס עטעטשן עס ארבייט נאר ביי קראום ביי עקספלארער דארף מען דורכגיין די גאנצע פראצעדור פון סעלעקטן די פייל
ביי פייער פאקס ארבייט עס יא
זרח · 2011-10-31 11:35 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
אויב וויל מען ביי אין סייט אנצינדן די עדס קען מען עס אנשטעלן

גוגל דעסקטאפ האט מיר היבש פארשטייטערט מיין קאמפיוטער
עבודת_הבורא · 2011-10-31 13:33 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
ווער עס קען העלפן זאל זיך ביטע אנריפען
איך האב גוגל קראם,
עס קומט מיר ארויף אויף אסאך אומשילדיגע ווערטער 2 גרינע ליינס אינטער זיך וואס דאס ווערט א אזוי ווי א לינק צו א זאך וואס האט צי טון מיט די ווארט,
למשל עז שטייט ערגעץ אויפן פעיטש די ווארט phone ווערט דאס א לינק צו עפעס וואס איז נוגע טעלעפאנס,
איך וויל וויסן קודם כל אויב נאכאיינער האט די אקספיריענס, נאכדעם קען מען אנשטעלען אז עס זאהל נישט ווערן קיין לינקס, אויב יא ווי אזוי,

ווער עס קען העלפן ביטע זיך אנריפען יישר כח פון פאראויס.
Yoel · 2011-10-31 13:35 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
דאס האט נישט צוטאן מיט קראום. ס'דא געוויסע סייט'ס וואס לייגן דאס אלץ א מיטל צו עדווערטייזן זאכן.

פרוביר די זעלבע סייט אין א אנדערע בראוזער, די רעזאלטאטן וועלן לכאורה זיין ס'זעלבע.
עבודת_הבורא · 2011-10-31 13:36 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
איך האב עס נאר און און קראם
פיייערפאקס האט דאס נישט
יעצט האב איך געפענט פייערפאקס און אינטערנעט איקספלארער און קראם אלע אופן זעלבן פעיטש און דאס קומט ארויף נאר ביי קראם
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: נעכטן 01:41 PM דורך עבודת_הבורא .)
זרח · 2011-10-31 14:04 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
עס איז דא עפעס און קראום וואס מען קען אינסטאלן און עס בלאקט אלע עדס
https://chrome.google.com/webstore/detai..._medium=ha
https://chrome.google.com/webstore/detai..._medium=ha
דא שטייט אז די אויבערשטע איז נישט אזוי גיט נאר דאס איז בעסער
http://www.pcworld.com/article/169755/ho...l_ads.html


א אינטערעסאנטע וועג צו סטאפן עדס און גימעיל

עס איז דא א פלאגאין פאר דעם אויך
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: נעכטן 02:39 PM דורך זרח .)
שמעלקא · 2011-10-31 14:42 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
עבודת הבורא,

ס'קען זיין א פלאג-אין, אדער אן עקסטענשאן.

וואלסטו אונז געקענט שאפן א בילד מיר זאלן קענען זעהן וואס גענוי איר מיינט?
עבודת_הבורא · 2011-10-31 14:49 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
א גרויסן שכח
איך קען שוין נישט מאכן קיין בילד ווייל איך האב עס שוין מסדר געווען
ווייסט איינער ווי אזוי מען קען קלינען גוגל דעסקטאפ
CCLEINER קלינט עס נישט
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: נעכטן 02:56 PM דורך עבודת_הבורא .)
זרח · 2011-10-31 15:26 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
וויאזוי האסטו עס מסדר געווען?

גוגל דעסקטאפ מאכט דיר נישט קיין פראבלעמען ? מיך האט ער געמאכט פראבלעמען און איך האב אים ארויסגעקאפעט בשן ועין
עבודת_הבורא · 2011-10-31 15:43 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
וואס הייסט וויאזוי
ר' זרח הרא דאך געגעבן א לינק
ווי אזוי האט דיר גוגל דעסקטאפ געמאכט פראבלעמן
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: נעכטן 03:45 PM דורך עבודת_הבורא .)
שמעלקא · 2011-10-31 16:27 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
מנהל איך האלט מען זאל אפטיילן די נושא פון גוגל דעסקטאפ, דער אשכול איז געווידמעט בלויז פאר בראוזערס.
עבודת_הבורא · 2011-10-31 16:56 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
ר' שמעלקע דערווייל איז נאך נישט דא פארוועם
אז דער עולם וועט האבן וואס צו זאגן וועט זיין כדי חליקה
ארבעטער · 2011-11-03 20:58 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
קראום האט נישט די פעוואריטס ליסט אויף די לינקע זייטת אזוי ווי IE, דעיס איז א ריזיגע חסרון
איך וואלט נישט רעקאמענדירט קראום פאר איינעם וואס ניצט אסאך פעוואריטס וועגן די סיבה
שמעלקא · 2011-11-04 09:40 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
ארבעטער,

די נייערע אינטערנעט עקספלארערס האבן דאס אויך אויף די רעכטע זייט. עס איז נאר א שאלה פון זיך צוגעוויינען. וואס איז דען אזא חילוק פון רעכטס ביז לינקס??




איין געוואלדיגע פלאג-אין ("עקסטענשאן") וואס איך נוץ פאר גוגל קראום (איך גלייב עס ארבעט אויך אויף פייערפאקס, אבער נישט זיכער), איז "AutoPatchWork".

וויפיל מאל האבן מיר ארטיקלען, אדער רעוויוס, אדער אייטעמ'ס, אדער סיי וואס אין די אינטערנעט, וואס איז צוטיילט אויף עטליכע בלעטער, און ווען מען ענדיגט די ערשטע 10 אדער 20 שטיק פונעם ערשטן פעידזש, דארף מען דרוקן דעם נומבער "2" און ווארטן ביז עס לאודט זיך דעם צווייטן פעידזש, און דערנאך די דריטע, און אזוי למעלה ב... אסאך מאל ביז די גאר הויכע נומערן.

צב"ש מען זוכט ביי עמעזאן אדער אי.בעי, לאמיר זאגן, א זייגער. ער וועט האבן איבער 10 פעידזשעס. נאך יעדע פאר אייטעמ'ס, מוזטו דרוקן דעם קומענדיגן פעידזש, ווארטן ביז ער זאל זיך לאודן, און טאמער ווילסטו צוריקגיין עפעס זעהן מוזטו קליקן אויף דעם פריערדיגן נומער (אדער דעם BACK באטאן אינעם בראוזער). בקיצור, טאקע נישט געפערליך אבער עס קען נערוועז מאכן.

דא קומט דער עקסטענשאן צו הילף. ווען ער שפירט דו קומסט אן אונטן צו א פעידזש, וועט ער אויטאמאטיש אהערלאודן דעם צווייטן פעידזש אונטערן ערשטן, און אויפשרייבן "PAGE 2". ווען מען קומט אן צום סוף פון דעם צווייטן פעידזש, קומט אויטאמאטיש ארויף "PAGE 3", א.א.וו. עס איז ממש א מחי'. עס ווערט ווי איין לאנגער פעידזש.

עס ארבעט נישט איבעראל (למשל דא אויף בעל-הבית פארום ארבעט עס נישט), אבער אויף רוב פלעצער יא, און איך זאג אייך עס קומט מיר ממש טעגליך צוניץ. עס פארשפארט קליקס, צייט, נערוועזקייט, און מאכט פשוט גרינגער צו מענעזשן א גרויסע ליסט אדער א לאנגע ארטיקל וועלכע איז צוטיילט אין 6 פעידזשעס.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-04-11 10:00 AM דורך שמעלקא .)
מנחם · 2011-11-04 10:54 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
(11-04-11 09:40 AM)שמעלקא האט געשריבן:  ארבעטער,

די נייערע אינטערנעט עקספלארערס האבן דאס אויך אויף די רעכטע זייט. עס איז נאר א שאלה פון זיך צוגעוויינען. וואס איז דען אזא חילוק פון רעכטס ביז לינקס??




איין געוואלדיגע פלאג-אין ("עקסטענשאן") וואס איך נוץ פאר גוגל קראום (איך גלייב עס ארבעט אויך אויף פייערפאקס, אבער נישט זיכער), איז "AutoPatchWork".

וויפיל מאל האבן מיר ארטיקלען, אדער רעוויוס, אדער אייטעמ'ס, אדער סיי וואס אין די אינטערנעט, וואס איז צוטיילט אויף עטליכע בלעטער, און ווען מען ענדיגט די ערשטע 10 אדער 20 שטיק פונעם ערשטן פעידזש, דארף מען דרוקן דעם נומבער "2" און ווארטן ביז עס לאודט זיך דעם צווייטן פעידזש, און דערנאך די דריטע, און אזוי למעלה ב... אסאך מאל ביז די גאר הויכע נומערן.

צב"ש מען זוכט ביי עמעזאן אדער אי.בעי, לאמיר זאגן, א זייגער. ער וועט האבן איבער 10 פעידזשעס. נאך יעדע פאר אייטעמ'ס, מוזטו דרוקן דעם קומענדיגן פעידזש, ווארטן ביז ער זאל זיך לאודן, און טאמער ווילסטו צוריקגיין עפעס זעהן מוזטו קליקן אויף דעם פריערדיגן נומער (אדער דעם BACK באטאן אינעם בראוזער). בקיצור, טאקע נישט געפערליך אבער עס קען נערוועז מאכן.

דא קומט דער עקסטענשאן צו הילף. ווען ער שפירט דו קומסט אן אונטן צו א פעידזש, וועט ער אויטאמאטיש אהערלאודן דעם צווייטן פעידזש אונטערן ערשטן, און אויפשרייבן "PAGE 2". ווען מען קומט אן צום סוף פון דעם צווייטן פעידזש, קומט אויטאמאטיש ארויף "PAGE 3", א.א.וו. עס איז ממש א מחי'. עס ווערט ווי איין לאנגער פעידזש.

עס ארבעט נישט איבעראל (למשל דא אויף בעל-הבית פארום ארבעט עס נישט), אבער אויף רוב פלעצער יא, און איך זאג אייך עס קומט מיר ממש טעגליך צוניץ. עס פארשפארט קליקס, צייט, נערוועזקייט, און מאכט פשוט גרינגער צו מענעזשן א גרויסע ליסט אדער א לאנגע ארטיקל וועלכע איז צוטיילט אין 6 פעידזשעס.

ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך איז עס נישט אוועילעבעל נאר פאר קראום, איך וואלט געפייגערט עס צו האבן אויף פייערפאקס, אויב איינער ווייסט א סימילער פראגרעם פאר פייערפאקס ביטע לאזט וויסן ווי שנעלער, ולמצוה גדולה יחשב
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-04-11 10:55 AM דורך מנחם .)
זרח · 2011-11-06 12:09 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
יישר כח שמעלקא עס איז זייער פיין

אויב איינער ווייסט פון א גיטע עקסטענשאן זאל עס ביטע מודיע זיין פארן ציבור ולמצו' גדולה יחשב
מנחם · 2011-11-06 19:54 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
איך מיז מודה זיין, איך בין ביז היינט געשטאנען ווייט פון קראום, פשוט ווייל איך האב מיך צוגעוואוינט צו פ''פ איך כ'האב עס ליב געהאט און נישט געוואלט טוישן,
אבער נאכן מאכן אביסל ריסורטש איבער דער נייעם בעבעלע צדיק'ל חתן דינן הנקרא בפי כל ''קראום'' מיז איך זאגן ס'האט מיך געכאפט.

עס זעהט נישט אויס ווי דער עולם ווייסט דערפון, ווייל קיינער האט דאס נאכנישט געמאלדן

ווען איר גייט דא
https://chrome.google.com/webstore/categ...chrome-ntp

וועט זיך פאר אייך עפענען א וועלט פון עקסטענשאן'ס וואס איז עוועילעבל צו אימידיעט עדדן צו קראום,

לויט ווי איך פארשטיי איז דאס א פארט פון גוגעל'ס ציל צו דאמינירן אלעס וואס מיר טוען היינט צוטאגס, זיי ווילן צושטעל אזעלעכע 'עפפס' פאר די וועב, וואס וועט גרינגער מאכן פאר מענטשן צוצוקומען צו זייערע טעגליכע באדערפענישן.

רבותי איך הייב אן צו זיין פאר קראום. לאמיר זעהן ווי לאנג ס'וועט אנהאלטן.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-06-11 07:58 PM דורך מנחם .)
שמעלקא · 2011-11-07 11:45 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
מנחם טייערער, כקהאב נישט געגלויבט אז אזא גוגל/אנדרויד פען (בלע"ז) זאל נישט האלטן פון קראום ביז יעצט, נאכדעם וואס אלע באנוצער און פראפעסיאנאלן, מחוטב עציך עד שואב מימיך, האבן געהאט בלויז גוטס צו זאגן דערויף, (מיטן אויסנאם פון עטליכע קליינע פראבלעמען וואס כ'האב - למשל פרינטן פון קראום איז געפערליך, מיט אפגעהאקטע שורות וכדו').

פייערפאקס איז נאך אלץ דער מלך ווען עס קומט צו עקסטענשאנ'ס. אמת, גוגל האט אויך גאר אסאך, ועוד ידיהם נטוי', אבער דערווייל האט פייערפאקס דעם אויבערהאנט.
מנחם · 2011-11-07 11:53 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
האסט מיר נאכנישט געגעבן אן עקסטענשאן ענליך צו autopatch פאר פ''פ.
ר' שמעלקא טייערער
זרח · 2011-11-07 12:15 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
גיב א קוק וויזוי קראום האקט ארייין שטיקער און פייערפאקס אומגלויבליך ווי שטארק זיי רוקן זיך פאראויס
http://www.w3schools.com/browsers/browsers_stats.asp
אינערעסאנט אז קראום גייט נאר אויפן חשבון פון פייערפאקס מה שאין כן די אנדערע זענען "סטעיבל" ביי די זעלבע פראצענט מער ווייניגער מה שאין כן פ.פ. פאלט שטארק קעגן קראום
ווי אויך עקספלארער פאלט אויך די אנדערע צוויי- סאפארי און אפערע- פאלן אבער כמעט נישט קרום האט אין 11 צוגענומען 7 פראצענט 4 דערפון פון עקספלארער און 3 פון פ.פ.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: נעכטן 12:19 PM דורך זרח .)
מנחם · 2011-11-07 12:29 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
ר' זרח, יישר כח פאר די סטאטיסטיקס טעבל, אבער ביים איבערטייטשן די נומבערס האט איר זיך פאררעכענט.
קראום ארויף 6.7 פונקטן. פ''פ אראפ 3.1 פונקטן, IE אראפ 3.7 פונקטן, נו, פון וועמען נעמט ער מער צו? הוה אומר זו IE
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: נעכטן 12:30 PM דורך מנחם .)
שמעלקא · 2011-11-09 11:15 · ערשינען!
זרח · 2011-11-09 12:29 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע
אינטערנעט עקספלארער צו פאלן איז א פשוטע זאך וווייל רוב מענטשן קויפן א קאמפיוטער קומט אריינגעלייגט אינטערנעט עקספלארער און מיט די צייט כאפן די מענטשן אז עס איז ווערט א רעטעך און מען נעמט עפעס אנדערש
פייערפאקס איז א בראוזער וואס א מענטש האט עס גענומען און מען דראפט עס איז שוין א שטיקל חידוש
די אנדערע צוויי זעט מען אז זיי האלטן זיך מער ווייניגער אויף א פלאץ דאס מיינט אז מער ווייניגער זענען די מענטשן - הגם וויייניג - צופרידן מיט זיי
(11-09-11 11:15 AM)שמעלקא האט געשריבן:  ערשינען!

פייערפאקס נומבער 8.

זייזענען אזוי פרייליך מיט טוויטער סירטש, וואס איז עס מער פון גוגלס ריעלטיים סירטש?
יעצט זע איך אז ריעלטיים סירטש איז פארשווינדן געווארן


http://searchengineland.com/google-realt...sing-84130
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-09-11 12:36 PM דורך זרח .)
מנחם · 2011-11-28 13:01 · RE: דעת הקהל: וועלכע אינטערנעט בראוזער איז די בעסטע