⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 46 תגובות; געראטעוועט 11. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.
(09-26-11 02:26 PM)Luzer Mendel האט געשריבן: עס איז א שיינע זאך אז מען טוט וואס מען קען, אבער לעב נישט אין קיין דמיונות, וואס מיינסטו? אבאמא וועט אים פארדאנירן אויב עס וועלן זיין נאך עטליכע טויזנט צו אפילו מיליאן? איך מיין אז בדרך הטבע איז נישטא קיין טשאנס דערפאר.
קודם כל, מען פארלאנגט נישט אז ער זאל אים פארדאנען, נאר פארארדענען א יוסטיץ דעפארטמענט איבערזיכט אויף די קעיס, אזוי ווי מערערע קאנגרעסלייט און יורידישע עקספערטן האבן שוין רעקאמענדירט.
והשנית, איך האלט אז פאר די וואלן וועט ליובאוויטש אויסאיבן דרוק אויף אבאמא ער זאל אים פארדאנען, און אבאמא וועט מעגליך וועלן נאכקומען דעם פארלאנג בכדי צו שטארקן זיין שוואכע אידן וויילער באזע, ונזכה ונחיה ונראה...
דער אויבערשטער זאל העלפן ער זאל באפרייט ווערן פריער.
(09-26-11 12:47 PM)typist האט געשריבן: אברעמל זאגסט א שטארקע נקודה, איך האב קיינמאל נישט געטראכט דערפון, אבער עס איז מתקבל על הלב און עס איז מסתבר אויב האט מען ארויס די חילוק און די געדאנקען גאנג פון די דעמאקראטן און רעפובליקאנער.
אפשר איז טאקע כדאי צו עפענען אן אשכול איבער די דיפרענצן פון די רעפובליקאנער און דעמאקראטן ווען עס קומט צו ביזנעס, צו עס איז א חילוק פארן בעל בית פון א ביזנעס אדער אן ארבעטער? וכדומה.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-26-11 02:42 PM דורך אברעמל .)
ווילאנג די אלע חתימות קומען פון ניו יארק האט ער אונז אלע פארפאקט
מען דארף האבן 10000 פון פלארידא האט מען אאך מער טשענסעס פוןו ניו יארק האלט איך אז עס איז א שאד די צייט
יא, איך בין מיט אלעזר מענדל.
לאמיר איינרייסן. די צאל אידן אין שפיטעלער און אין תפיסות איז שוין אריבער אלע גרעניצן.
נישט קיין נפק"מ וואס זיי האבן געטון אדער ווי איינער באלאנגט - באלאנגט ער נישט אין תפיסה (און נישט אין שפיטאל). אפגע'שחט'ן א לעבן אזוי מיט אפאר רשעות'דיגע ווערטער פון א דזשאדזש, ומי יבא אחרי המלך, אין פוצה פה ומצפצף.
אינטערעסאנט אז גאנץ אמעריקע ליידט פון די איינזייטיגע דזשאדזשעס, און קיינער טוט גארנישט צו רעפארמירן דעם סיסטעם.
נאר איין איינציגער באשעפער קען אונז - און וועט אונז - העלפן, שבכל דור ודור וכו' והקב"ה מצילנו מידם.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-26-11 02:46 PM דורך שמעלקא .)
איך גלייב שווער אז עס קען האבן אן עפעקט אויף קליינע ביזנעסער. אחוץ די רעגירונג'ס רעגולאציעס וואס די רעפובליקאנער פרובירן צו מינימיזירן.
בדרך כלל פאר'ן יחיד איז בעסער די דעמאקראטן, ווארום מיר זענען ליידער אנגעוויזן אויף א סך הילף, טראץ דעם וואס ביי אונזערע יונגעלייט איז לעצטנס די סטייל צו זיין קאנזערוואטיוו געשטימט.
(09-26-11 12:47 PM)typist האט געשריבן: אפשר איז טאקע כדאי צו עפענען אן אשכול איבער די דיפרענצן פון די רעפובליקאנער און דעמאקראטן ווען עס קומט צו ביזנעס, צו עס איז א חילוק פארן בעל בית פון א ביזנעס אדער אן ארבעטער? וכדומה.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-26-11 02:46 PM דורך אברעמל .)
האלט יעצט ביי 18,453
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-26-11 06:06 PM דורך שמואל .)
רבותים רופטס ענק אן ווארים, ווען ס'ברענט א פייער מאכט מען נישט קיין חשבונות צו ס'וועט יא העלפן אדער נישט העלפן, ס'דארף וואקסען די חתימות א סאך שנעלער! לאמיר קענען ענטפערן ביים יום הדין הגדול והנורא אז מיר זענען נישט געווען גלייכגילטיג ווען א איד איז געווען אין א צרה.
דער הייליגער צדיק רבי משה לייב סאסובער זי"ע האט נישט געמאכט קיין חשבונות צו די פריץ וועט זיך יא צוהערן אדער נישט ער האט געטוהן כל מה שביכלתו ארויסצונעמען א אידן פון תפיסה, לאמיר גיין אין זיינע וועגן און בזכות זה זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז און פאר אלע אידן. אמן.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 10-05-11 01:20 PM דורך בן בית .)
מען האלט שוין איבער דרייסיג אלפים ברוך השם רבותי כאפט אריין איידער עס איז שפעט אויב איר קענט מאכט זיכער אז די בני בית שריייבן אויך אונטער
if u have more then 1 email address you can sign up on each email sepretly, you can also put in the state and zip from a different state like florida, that helps more then just NY, NY, NY, NY, NY...............
here you got a couple of florida zip codes, 33119, 33154, 33141, 33140, 33139
גוט יום טוב, און א גמר חתימה טובה
אז דו שרייבסט עס שוין יא ארויס , דארף עס טאקע שטיין אין ענגליש?