באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / שאר ירקות

ארבעטען אדער לערנען?

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=195

⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 26 תגובות; געראטעוועט 8. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.

גאסט · 2011-09-12 12:46 · RE: ארבעטען אדער לערנען?
(09-12-11 10:33 AM)בן בית האט געשריבן:  כיהודה ועוד לקרא גאסט קיינער איז נישט מחולק אז ס'דא ערליכע אידן וואס לערנען פלייסיג, מ'רעדט פון המון עם.
דאכט זיך אז ס'איז זייער קלאר אדורכאויס די תשובה, אז המון עם וואס זענען נישט גרייט צו אוועקגעבן זייערע טעגליכע הנאות און גשמיות'דיגע ערווארטונגען, פארוואס זאלן זיי ערווארטן ניסים?! גיי ארבעט!


[/b]
Smile
[/quote]

אלס גאסט וואלט געווען שיין זיך אהערצושטעלן און רעדן אביסל קלארער, דער פארנומענער עולם דא זאל נישט דארפן זיך פלאגן צו פארשטיין וואס איר שרייבט.

האטס מיר א גוטן טאג
[/quote]
רב מנחם איך גיב דיר דעם פולסטען רעספעקט וואס איז שייך צו געבן פאר אן אנאנימער פערזענליכקייט. אבער דו וועסט מיזן מודה זיין אז דא ווערט אויסגעליפטערט גאנץ א האקעלע נושא וואס ברענט אין אומצאליגע אינגעלייט וואס זענען נאכנישט מסודר מיט פרנסות און עס עגבערט זיי שטענדיג די מאטערניש אז אפשר זאל איך יא צוריקגיין אין כולל און.... שלום על ישראל. דערובער איז נישט מאסענגעבענד צו זיין אין אזא נושא אן "זיך פלאגן צו דערגרינטעווען דעם אמת און דער ריכטיגע השקפה".
איך האף אז דו נעמסט עס אן אביעקטיוו.
צום נושא.
דו חילוק פון מיר צו דיר איז,-איך רעדט נישט פונעם עצם פאקט אז רעדן פון מאמרי חז"ל וואס לאזט איבער די זעלבע צווייפל פון פארדעם צו נאכדעם איז זיכער קיין תועלת פאר די וואס ערווארטן א קלארע תשובה-, נאר נאך טיפער, דו גייסט פארענטפערן דעם פרעגער צו ער איז יא מקבל צו נישט, דאס מיינט אז לאזט אים ווייטער דמיונ'ען אז ער ווארפט אוועק עולם הזה און ... ער דארף גארנישט מיט נישט, סך הכל בלייבט ער מיט זיינע ספיקות אז אפשר דארף ער זיך נישט אזוי פלאגן צו גיין ארבעטן נאר ער קען בלייבן לערנען.
איך האלט, אז ווען איינער פרעגט עס סתם איז דער ענטפער גיי ארבעט. פארוואס? ווען איינער שטעלט אויף א ביזנעס מיט א גרויסע ציל און טיפע כוחות הערט ער נישט צו צו קיינעם ווייל זיין רצון מאכט אים גלייבן אז ער גייט עס באווייזן, ממילא איינער וואס פרעגט, גלייבט נישט אזוי שטארק, האט ער נישט אזא רצון, איז אויב האסטו נישט א שטארקע רצון צו לערנען, גיי ארבעט און האסעל ווי איך און אלע שרייבערס דא.
אברהם · 2011-09-12 17:03 · RE: ארבעטען אדער לערנען?
פשיהא... גאסט מיינער קענסט אראפנעמען דיין שלייער און צוקלעבן אן אפיציעלער נאמען, דיינע ווערטער דרינגען אריין אין מיינע מוח קעמערלעך. איך בין מסכים צו יעדע ווארט וואס דו זאגסט.
גראדע מענין לענין, האבוך געזען פון א ספר פון איינע פון די גדולים ברענגט ער ארויס אז אמונה הויבט זיך אן וואו די שכל ענדיגט זיך, יא דער וואס לערענט אן קיין שכל'דיגע חשבונות דארטן הערשט אמונה. געוואלדיג
אברעמל · 2011-09-12 21:47 · RE: ארבעטען אדער לערנען?
קינדערלעך, די אלע זאכן זענען גוט געווען ווען וועלט איז געווען וועלט, די ארבייטער האבן געארבעט אין די כולל יונגעלייט האבן געלערנט, האט מען זיך געקענט מתוכח זיין אויב דאס לערנען איז לשמה מיט א רוהיגקייט, און צו עס לוינט צו גיין ארבעטן אא"וו.
אבער מכיון שבעוה"ר נתהפכו סדרי בראשית און די ארבייטער ברענגען ל"ע אויך שוין נישט אהיים קיין פרנסה (קוקט אייך אים אויף די תגובות דא), און פון די אנדערע זייט די כולל יונגעלייט מאכן געלט פון שעקלי און קרעדיט קארדס, איז דאך שוין בעסער זיך צוגעפונען בין כותלי בית המדרש אין די צייט, נישט אזוי?
ווי זאגט יארמער רב אויף א יונגערמאן וואס זיצט א האלבן טאג אין כולל, און א האלבן טאג ארבעט ער: א האלבן טאג לערנט ער נישט און א האלבן טאג ארבעט ער נישט....
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-12-11 09:50 PM דורך אברעמל .)
Luzer Mendel · 2011-09-12 21:50 · RE: ארבעטען אדער לערנען?
(09-12-11 09:47 PM)אברעמל האט געשריבן:  קינדערלעך, די אלע זאכן זענען גוט געווען ווען וועלט איז געווען וועלט, די ארבייטער האבן געארבעט אין די כולל יונגעלייט האבן געלערנט, האט מען זיך געקענט מתוכח זיין אויב דאס לערנען איז לשמה מיט א רוהיגקייט, און צו עס לוינט צו גיין ארבעטן אא"וו.
אבער מכיון שבעוה"ר נתהפכו סדרי בראשית און די ארבייטער ברענגען ל"ע אויך שוין נישט אהיים קיין פרנסה (קוקט אייך אים אויף די תגובות דא), און פון די אנדערע זייט די כולל יונגעלייט מאכן געלט פון שעקלי און קרעדיט קארדס, איז דאך שוין בעסער זיך צוגעפונען בין כותלי בית המדרש אין די צייט, נישט אזוי?

ווי זאגט נאר רעב מיכל "וכי ללקק את פצעי באת?"
מנחם · 2011-09-13 09:06 · RE: ארבעטען אדער לערנען?
ניין אברעמל, אינגאנצן נישט אזוי, זיצן און שטיפן די צייט בין כותלי ביהמ''ד איז דאס ארגסטע, נישט דער רבוש''ע קען דיר העלפן, איינס ווייל דער אויבערשטער איז מקיים עזוב תעזוב "עמו" נאר צוזאמען, צווייטענס ווייל די גמרא זאגט בטילא מביאה לידי שעמום, און לויט די צווייטע פשט אין רש''י וועט דאך אויסקומען אז ס'וועט זיין ערות דבר, נאכדעם קומט ושב מאחריך, ח''ו.

און מענשטן קענען דיר אויך נישט העלפן ווייל ווער וויל העלפן איינער וואס טוט נישט גארנישט?

במילא איז דאס זיכער נישט קיין עצה.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-13-11 09:26 AM דורך מנחם .)
בן בית · 2011-09-13 09:24 · RE: ארבעטען אדער לערנען?
שכח מנחם פארן ארויסכאפן מיינע ווערטער פון מויל, איך האב גארנישט צוצולייגן.
מנחם · 2012-06-27 20:33 · RE: ארבעטען אדער לערנען?
מורי ורבותי. עס איז א דבר בעתו. נעמט ארויס א מאור עינים און מישט צום סוף סדרה די וואך און לערנט עס דורך איינמאל און נאכאמאל
תמצית היוצא מדבריו הקדושים איז אז טאמער טוט מען די ארבעט מיט די כונה פון איזה עושה צדקה בכל עת זה הזן בניו ובני ביתו איז יעדע מינוט פון ארבעט א מצוה
נו. שטעלט אייך פאר איר קומט ארויף אויבן אין הימל. מ׳הייבט אן צו פאקן זעק מיט פעיפער פרינט אוט׳ס. קאמיוטערס. אימעילס. קאפיערס.פעקס מאשין׳ס. איזי פעס. געז. ועוד ועוד. און מ׳לייגט עס ארויף אויפן וואגשאל. אייערע אויגן נעמן זיך גלאנצן. איר הייבט אויגן ברעמען. וואס גייט דא פאר. איז דאס אפשר א מיסטעיק?
נא נא נא ר׳ איד. דאס זענען אייערע מעשים טובים וואס איר האט זיך אפגעפלאגט. אויפגעשטאנען פרי יעדן טאג. נישט געפאפן ביז צענע. געלאפן צו ארבעט. געדינט דעם אייבערשטן יעדע מינוט פון די ארבעט. אט דאס האט דער אייבערשטער ליב. נאט אייך גן עדן פליעז. עדזדשוי איט.
זרח · 2012-07-01 13:19 · RE: ארבעטען אדער לערנען?
יישר כח מנחם פאר די דברי חיזוק