פארוםבעל בית פארוםקאמפיוטער הארדוועיר - הילף און אינפארמאציע
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=191
בשם ה' א-ל עולם, פתוח נפתח את שערי אשכולתא דא, כאן יבקצו ויבואו חכמי פורומינו הנכבדים, הירוקים עם הותיקים, חדשים עם ישנים, בני תשחורת לצד באים בשנים, עניים מרודים עם אילי הון, כולם כאחד יעלו ויבואו לפתוח את אוצרם המנוצר, וישתפו את כל המבקרים החשובים, עם ידיעותויהם הכבירות, ונסיונם העשיר, אודות כל הנוגע לעניני 'הארדוועיר' והמסתעף.
ומעתה, כי רוכלא ניזל וניחשב כל הני מילי מעליותא שימצאו את מקום כבודם באשכול הדין:
בראש וראשונה, יוכללו בו עצה ותושיה היאך לכלכל בדעת ותבונה את החלק הקשוח (האר"ד בלע"ז) של הקאמפיוטער, לבל יארע לו שום פגע ומכשול, וכמה עצות עמוקות היאך להיחלץ מפח המכשולות האורבות עלינו בכל צד ופינה (טראב"ל שוטינ"ג בלע"ז).
עוד יכיל בתוכו תושיה בכפלים, ידיעות מועילים, אודות מחירים מוזלים, מניחים את הגבוה ולנמוך נוזלים, כגשם וטללים.
ועוד בה שלישיה, פירורים וגרגירים, טידביטס וקיובס, קרישקעלעך וראזשינקעס, הנוגעים לפרשתא דא ד'הארדוועיר', ויכול למצוא חן ושכל טוב בעיני הקוראים הנכבדים והמלומדים.
ולא נצרכה אלא להעדפה, אין מזרזין אלא וכו', לשמור מכל משמר על הרמה הגבוהה והנישאה שנתברכה עמה פורומינו הנכבד, ודי לחכימא כיוצ"ב ברמיזא, וד"ל.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-11-11 02:03 PM דורך ערעב מיכל .)
wow, wow, wow
ערעב מיכל, אויב איר ציט נישט אייער פרנסה פון שרייבן, לאזט תיכף אלעס איבער און ווערט א שרייבער. איך גיי ניסלעך פאר דיין פעדער
איי לוזער מענדל לעבן, וכי ללקק את פצעי באת?
איבער מיין קאריערע אלץ שרייבער האב איך אסך טינט צו פארגיסן, ועוד חזון למועד בעז"ה.
בד"וו, דו האסט נישט עפעס אן איידיע אין וואס נאך איך וואלט גוט געווען אויסער שרייבן?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-11-11 02:50 PM דורך ערעב מיכל .)
ערעב מיכל, געבענטשט זאלט איר זיין מיט אייער זיסן פעדער.
לאמעך טאקע זיין דער מתחיל במצוה און מציע זיין די ערשטע שאלה, מיין קאמפיוטער שפירט זיך לעצטנס שטארק איבערגעהיצט, קען דאס זיין א אנדייטונג אז דער ווענטילעיטער ארבעט נישט געהעריג וכדו'?
אויב יא, וואס'זשע דארף איך טוהן דערצו?
אברעמל, דו נוצט א לעפטאפ?
ר' מיכל, קע"ה, ווערטער זענען צו ארעם, קאמענטארן זענען גענצליך איבעריג.
אדרבה ואדרבה, איך בין גרייט מיטצוטיילן פון מיין עקספיריענס און "נאלעדזש". אין וועלכע הינזיכטן דארפט איר הילף?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-11-11 04:31 PM דורך שמעלקא .)
אויב איז עס א לעפטאפ, ליגט עס געניג אפגעטיילט פונעם טיש אז ליפט זאל קענען צוקומען דערצו?
און אויב נישט, אדער אויב עס איז שוין אן עלטערע, קען מען קויפן אזא ביליגע "קיל-מאכער", וואס מען לייגט ארונטער אלס א בסיס פארן לעפטאפ, און האלט אים קיל. עס איז געזונטער פארן לעפטאפ.
ווי למשל אזא זאך
ווי דאס.(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-12-11 11:38 AM דורך שמעלקא .)
ייש"כ טעקנישאן- שמעלקא.
מיין לעפטאפ איז שוין גראדע פיר מיט א האלב יאר אלט (אדער אפשר יונג? ווען הייבט זיך אן די 'עזשינג פראסעס' ביי א לעפטאפ?) עס ליגט גלייך אויפן טיש אזוי ווי עס פלעגט ליגן שנה ראשונה. טא פארוואס זאל עס יעצט אנהויבן מאכן קונצן?
פין שמעלקא האבעך פארשטאנען אז א אלטע לעפטאפ קען ווערן איבערגהיצט, ריכטיג? פארוואס טאקע?
יא, א לעפטאפ פיר-א-האלב יאר הייבט שוין געוויינליך אן די 'עידזשינג פראסעס', פארשטייט זיך עס האט אויך צו טאן ווי שטארק דו גיבסט אכטונג (דו "בעיבי'סט עס" בלע"ז), אבער א פען (וואס קילט אפ דעם הייסן פראסעסאר אינעם מאשין) ווערט אלט און איז שוין נישט ביי די כוחות ווי אין די יונגע יארן...
איך האב לעצטנס א נייע אנשיקעניש מיט מיין קאמפיוטער אז אסאך מאל ארבייט נישט די אינטערנעט און זיי שרייבן אז עס איז נישט דא קיין ווייער און אזוי אויך די לעמפל לעבן די ווייער פאר די אינטערנעט ביים קאמפיוטער ארבייט נישט
נאכן ריסטארטן האט עס זיך אויפגעוועקט
איז דא עפעס וואסצו טון?
איך ווייס נישט צו די שאלה באלאנגט צו הארדוועיר אדער סאפטוועיר, אונטערשטע שורה, מיין קאמיפוטער האט זיך לעצטנס היבש פארלאנגזאמט, וואס קען איך טוהן דערצו?
א דאנק א שעהן
אברעמל, לכאורה באלאנגט ער אינעם סאפטוועיר אפטיילונג, אבער מיר האבן נאך נישט אזוינס דערווייל....
יעדע קאמפיוטער ווערט שטייטער מיט די צייט, געווענליך ווייל עס ווערט אנגעפילט מיט דזשאנק, און סתם מיט פראגראמען, און פיילס, מען אינסטאלט און מען אנ-אינסטאלט, און די ווינדאוס "רעדזשיסטרי" (דער בריח התיכון פון ווינדאוס) ווערט אנגעקאטשקעט מיט דזשאנק וואס פעלט נישט אויס.
עס איז זייער שווער אנצוצייגן מיטן פינגער ווער איז שולדיג אינעם שטאטער מאכן, אבער עטליכע פרטים וואס קען פארגרינגערן דעם מצב. קודם-כל דארף מען זיכער מאכן אז די "סטארט-אפ" פראגראמען זענען אונטער קאנטראל, דהיינו פילע פראגראמען וועלן זיך אריינ'גנב'ענען אינעם סטארטאפ סיסטעם און פארשטאטערן נישט נאר דעם סטארט-אפ צייט פונעם קאמפיוטער, נאר אויך די גאנצע פערפארמענס, ווייל זיי נעמען אויף מעמארי און פראסעסאר כח אין די בעקגראונד. ממילא דארף מען אכטונג געבן אז בלויז די דאזיגע פראגראמען וועלכע דו באשטימסט זאלן זיך אנצינדן, נישט די אנדערע אומוויכטיגע.
אויך איז גוט אויסצוליידיגן דעם קאמפיוטער פון אלע איבריגע אנגעווארפענע דזשאנק, גענוי ווי מיר טוען יעדן ר"ה און יוהכ"פ (להבדיל בין קודש לחול). און דערנאך אויסצורוימען די רעדזשיסטרי. עס זענען פאראן פראגראמען וועלכע זענען ספעציעל געאייגענט דערפאר, און כ'האב שוין געשריבן דעריבער אינעם אלטן בעל-הבית.
דער בעסטער פראגראם לפענ"ד פאר אומזיסט איז ccleaner. שרייב אריין אין גוגל דעם ווארט און דו וועסט זעהן וואו מען קען דאס דאנלאודן פאר אומזיסט. דארט קענסטו אויסמעקן דזשאנק, אויסקלינען דעם רעדזשיסטרי, און זעהן אלע פראגראמען וועלכע זענען אינעם סטארטאפ סיסטעם און זיי אפשטעלן.
הצלחה!
i have a new error that started to make yom tuv from me the name is SVCHOST.EXE, can anybody help me?
Attached you will see a copy of the error
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 10-28-11 12:04 AM דורך ישעי .)
ר' ישעי' צו קענן פרובירן צו העלפן ברויך מען האבן פיל מער אינפארמציע. כ'העל געבן אפאר משלים, אבער סיי וועכע אינפארמאציע דו קלערסט ס'קען האבן א שייכות גיב אונז איבער.
וועכע אפערעטינג סיסטעם האסטו?
האסט געמאכט לעצטענס עפעס א טויש?
די קאמפיוטער איז אפדעיט'ט?
ווען קומט עס ארויף, ווען מ'דריקט עפעס? ווען ס'צינד זיך אן?
עס קומט ארויף כסדר אדער נאר אמאל אמאל?
(10-28-11 11:23 AM)Yoel האט געשריבן: ר' ישעי' צו קענן פרובירן צו העלפן ברויך מען האבן פיל מער אינפארמציע. כ'העל געבן אפאר משלים, אבער סיי וועכע אינפארמאציע דו קלערסט ס'קען האבן א שייכות גיב אונז איבער.
וועכע אפערעטינג סיסטעם האסטו?
האסט געמאכט לעצטענס עפעס א טויש?
די קאמפיוטער איז אפדעיט'ט?
ווען קומט עס ארויף, ווען מ'דריקט עפעס? ווען ס'צינד זיך אן?
עס קומט ארויף כסדר אדער נאר אמאל אמאל?
וועלכע אפערעטינג סיסטעם האסטו?
windows xp
האסט געמאכט לעצטענס עפעס א טויש?
not what i remember
די קאמפיוטער איז אפדעיט'ט?
dont understand
ווען קומט עס ארויף, ווען מ'דריקט עפעס? ווען ס'צינד זיך אן?
ussaly after starting the computer, next few hours
עס קומט ארויף כסדר אדער נאר אמאל אמאל?
it started lately, and happens every time
any help? THANKS IN ADVANCEHuh
ישעי', קודם כל מאך זיכער וועלכע Windows XP דו נוצט. לכאורה איז עס Professional נישט HOME, ווייל לויט מייקראסאפט איז עס נישט פאראן אין די HOME ווערסיע.
אויב נישט, דעמאלס איז עס כמעט זיכער א ווירוס, און אפילו מיט Professional איז נאך אלץ א ספק.
צי האסטו אן אפדעיטעד סעקיוריטי סיסטעם אינסטולירט אין דיין קאמפיוטער? אויב יא, וועלכע קאמפאני?
אויב אלעס שטימט, דעמאלס מאך א סיסטעם ריסטאר (System Restore) אויף א פריערדיגע צייט בעפאר דו האסט געהאט דעם פראבלעם. דאס וועט לכאורה העלפן אי"ה.
מיט הצלחה.
yes i have professional, and i use microsoft security essentiols,
and how to i do a system restore? and what happenes does everything get deleted?
(10-30-11 10:50 AM)ישעי האט געשריבן: אילו לא באתי כאן אלא בשביל זה דיינו
יישר כח. אודה ולא אבוש, ס'איז מיר א גוטע הרגשה אז מען קען העלפן א צווייטן איד.
ישעי', מיט א סיסטעם ריסטאר ווערט נישט פארלוירן קיין שום דאטא, נאר די פראגרעמס וואס דו האסט לעצטנס אינסטולירט אדער טוט אנולירן סיי וועלכע טשענדזשעס צו פראגראמען.
אויב איך געדענק גוט, אין ווינדאוס XP דארפסטו גיין צו סטארט, פראגראמס, עקססעסאריס, סיסטעם טאלס, און דארט וועסטו טרעפן סיסטעם ריסטאר.
איך נוץ שוין נישט XP א לאנגע צייט, ווינדאוס 7 איז אזויפיל בעסער, זיכערער, שענער, שנעלער אין כמעט אלע הינזיכטן, XP איז שוין אצינד איבער 10 יאר אלט, און מייקראסאפט האט שויו געמאלדן אז זיי גייען עס בקרוב מער נישט סופפארטן, און בפרט אז ווינדאוס 8 שטייט שוין אראונד די קארנער (לכאורה וועט עס נישט זיין בעפאר א יאר), וואס אנטשפרעכט צו זיין א רעואלוציע פון א אפערעטינג סיסטעם, וואס וועט זיין נאך פיל שנעלער ווי ווינדאוס 7, און אפילו די געווענליכע מייקראסאפט קריטיקירער זענען מודה אז דא קומט עפעס מער ווי געוענליך. אלזא, איך רעקאמענדיר ווי מייקראסאפט, לאזט אייך אפ פון XP ווי שנעלער....
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: היינט 10:27 AM דורך שמעלקא .)
right, my computer was bought with windows 7, just the main reoson for what i was the computer because i have something installed that makes problems with windows 7, maybe 8 will be different,
thanks all for your help. what i did was, i have the "ccleaner" and i never knew about the registry cleaner i did it, and............ no error anymore, i hope it will continue this way
thanks a milion for everybody for the help
אילו לא באתי כאן אלא בשביל זה דיינו
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: היינט 10:51 AM דורך ישעי .)
(10-28-11 12:03 AM)ישעי האט געשריבן: i have a new error that started to make yom tuv from me the name is SVCHOST.EXE, can anybody help me?
Attached you will see a copy of the error
רבותי עס איז צירוקגעקומען, איז דא איינער וואס קען נעמען די מיה און עס אנקוקען און ארויסהלפען??
[בילד: נישט געראטעוועט]
טייפ אריין ביי סירטש די ווערטער SVCHOST.EXE אפשר וועסטו אזוי געוואר ווערן וואס און ווי די פייל איז
i did a search but cauldnd figure it out, maybe there is computer tech that can help me??
PLEASE HELP??????????????????????
טעקנישאן מאכטס דיך נישט וויסענדיג פון מיין פראבלעם????
ואהבת לרעך כמוך
רופטס ענק אן ווארעם
svchost איז זייער שווער נאכצוגיין ווייל עס איז א פראסעס וואס ווינדאוס נעמט צאם אפאר services אויף איינמאל, און עס איז נישט מעגליך צו וויסן וועלכע service באלאנגט צו די פראסעס,
איין זאך וואס די קענסט טרייען איז, נעקסט טייס עס געשעהט עפען די טעסק מענעדשער און גיי צו די פראסעסעס טעס און סארט עס ביי מעמארי אדער ביי CPU און זיך אויף ווער עס מאכט די חורבן
(מאך זיכער אז עס איז סעלעקטעד "Show processes from all users")
(11-03-11 08:50 PM)ארבעטער האט געשריבן: svchost איז זייער שווער נאכצוגיין ווייל עס איז א פראסעס וואס ווינדאוס נעמט צאם אפאר services אויף איינמאל, און עס איז נישט מעגליך צו וויסן וועלכע service באלאנגט צו די פראסעס,
איין זאך וואס די קענסט טרייען איז, נעקסט טייס עס געשעהט עפען די טעסק מענעדשער און גיי צו די פראסעסעס טעס און סארט עס ביי מעמארי אדער ביי CPU און זיך אויף ווער עס מאכט די חורבן
(מאך זיכער אז עס איז סעלעקטעד "Show processes from all users")
און וואס זאל איך זיכען וועלכע ס'נעמט די מערסטע מעמארי? און ווען אוך טרעף עס וואס זאל איך טוהן?
יישר כח ארבעטער, אוך מיין אז די קענסט שוין ווערען א רעבבע פארן זיך אנריפען אזוי ווארעם
איך ניץ אן עקסטערנעל מאניטאר פאר א לעפטאפ, אבל דא עקא אז די לעפטאפ האט נישט קיין לעכער פאר די סקרוס פון די מאניטאר ווייער, במילא קען זיך עס אליין אויסשטעקן פלוצלינג אינמיטן א טיפן תוס' אדער מהרש''א, חשובע בעלי בתים, צו האט איר אן עצה דערצו?
יישר כחכם למפרע.
הק' מנחם
ישעי' אנטושלדיגט פארן זיך נישט אנריפן, כ'בין נישט אלץ דא
כ'האב דיר געשיקט אפאר לינקס, קוק אויב ס'גייט דיר העלפן, אויב נישט העמיר נאכדעם זעהן ווייטער.
הצלחה.
מנחם, טריי אליין ארויפצוקלעבן אזא קליינע מעגנעט.(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 12-01-11 12:06 AM דורך טעקנישאן .)
טעקנישאן, ווי מעגנעט? די פלאג איז פלעסטיק.
איי אפשר מיינסטו אויף די קאמפ.? דארט קען מען נישט ווייל פלאג דארף דאך אריינגיין כל כולו, נישט מקצתו,
אפשר קען מען קויפן אן עקסטענדער?
א טעקנישאן וואלט אפשר געדארפט וויסן די זאכן.
יישר כח מנחם פאר'ן רעספאנדען.
כ'העל ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון כיד ה' הטובה עלי:
איך ברויך דעם לעפטאפ פאר אינדערהיים, וממילא וועל איך האלטן אין איין שלעפן פונ'ם קלאזעט צום טיש, וחוזר חלילה.
(מעגליך צייטנווייז אויך פאר טרעוועל, אבער נישט בקביעות)
איך נוץ נישט קיין העווי פראגראמס לעת עתה.
מאניטאר ווערט גענוצט נאר פאר זיך
איך נויטיג זיך נישט אין קיין גאר גרויסע סטארעזש ספעיס
יו עס בי'ס ברויך איך האבן מיניומום צוויי דריי שטיק. (הגם דאס קען מען צוקויפן פאר אפאר דאללער)
דאנקע שעהן
פאר 399 after mail-in rebate
http://www.officedepot.com/a/products/76...2000000361
עקספייערס 3/10/12 וואס איז שבת נאך פורים
נ.ב. ס'האט נישט קיין נאמבער פעד
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 03-06-12 12:47 PM דורך מנחם .)
א הארציגן דאנק מנחם היקר, וויל טשעק איט אוט
ראה זה חידוש, EXP 3/17/12
מנחם, דער בחור געפינט זיך שוין ביי מיר אינדערהיים, כ'העל אי"ה האבן א רעפארט פון אים בקרוב
מנחם, אזוי בינעך ב"ה צופרידן, צו איין זאך געוואוין איך זיך שווער צו: אויפן טאטש פעד קען מען נישט סקראולען, מיין איצטיגע (דעלל) קאמפיוטער קען מען יא, (עס האט א ספעציעלע שטריך אין די זייט פון אויבן אראפ וואס דארט קען מען סקראולען) איז דא עפעס אן עצה דערצו? מאכט מען דאס שוין מער נישט היינט? עס איז ביי מיר א גרויסע עיקר, און איך האב נישט געוואוסט אז איך ברויך משים אל הלב זיין אויף דעם.
אוי אברעמל אברעמל
דו האסט א גאר פארגעשריטענע קליק פעד, מיט מולטי טאטש. און די רעדסט דיך גאר אפ.
צו סקראלן נוץ צוויי פינגערס אויפאמאל
http://h10025.www1.hp.com/ewfrf/wc/docum...218694#N49פשיהא, בושתי וגם נכלמתי, צו וואספארא אומוואוסנדן מצב א איד אין מיינע יארן קען זיך דערקייקלען, איך בעטז'שע דיר איבער מנחם, פאר'ן זיך אפרעדן.
א דאנק אייך לוזער מענדל פאר'ן ארויסהעלפן.
(עס איז אויך א מעיזשער הילף אין שלום בית, ווייל איך סעיוו שוין די באקס א גאנצע וואך טאמער וועל איך עס וועלן צוריקשיקן, און איך האב שוין פאר דעם אריינהויבן אסך 'היעט' וד"ל)
איך האלט די באקס ווילאנג מיין גאראנטי איז פעליג, זשאסט אין קעיס...