באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / שאר ירקות

ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=184

⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 20 תגובות; געראטעוועט 11. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.

דוד · 2012-03-28 17:22 · RE: ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?
ווי איז דער בעל הבית פון די וואך?

עס איז שוין מיטוואך...
שמואל · 2012-05-01 11:19 · RE: ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?
קומט נישט ארויס די וואך?
אברהם · 2012-05-01 13:41 · RE: ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?
איז דאס אן ענדע?
מיר ווילן שטארק הערן אן ענטפער פונעם רעדאקציע!
(אויב מעגליך אין געהעריגע ווערטער, נישט קיין געקינצעלטע, א דאנק)
Admin · 2012-05-01 19:07 · RE: ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?
עס איז נישט קיין ענדע.

עס האט שוין פאסירט אין די פארגאנגענהייט אז עס האט פארפעלט א וואך צוליב סיבות שונות.
Luzer Mendel · 2012-05-01 23:14 · RE: ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?
אברהם דערמאנט מיר פון דעם רב וואס מהאט אים געפרעגט פארוואס ער זאגט אויף די רבנות, האט ער משיב געוועזן "ווייל דאס איז ערשטע פראגע וואס מפרעגט מיר".
לעניננו, אוודאי זענט איר פון די חשובע כותבים דא, און יעדער איז פארנומען וכו. נאטינג פערסאנעל, דיין פראגע האט מיר אבער דערמאנט דעם עפיזאד.
אברהם · 2012-05-02 17:57 · RE: ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?
(05-01-12 11:14 PM)Luzer Mendel האט געשריבן:  אברהם דערמאנט מיר פון דעם רב וואס מהאט אים געפרעגט פארוואס ער זאגט אויף די רבנות, האט ער משיב געוועזן "ווייל דאס איז ערשטע פראגע וואס מפרעגט מיר".
לעניננו, אוודאי זענט איר פון די חשובע כותבים דא, און יעדער איז פארנומען וכו. נאטינג פערסאנעל, דיין פראגע האט מיר אבער דערמאנט דעם עפיזאד.
ס'פרייט ציר אז יאך האב געהאט אזא חלק אין דערמאנען א לעגענדע.
לענינינו לתפארת הגליון פעלט גאר וויכטיג אויס צו ערשיינען אן אפהאלט.
לאזער, איך האף אז אין דיין ביזנעס/ארבעט נעמסטו נישט אפ קאמפלימענטן אויף אזא שטייגער. עס לוינט נישט.
שמואל · 2012-06-11 11:34 · RE: ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?
האב איך געמיינט אז ס'וועט שוין נישט ארויסקומען דיזע וואך, אבער איך האב זיך גענארט...
אין די סעקונדע איז עס ערשינען במילואו, ב"ה.
זרח · 2012-06-11 11:44 · RE: ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?
א ברוך השם אנגעקומען, שיעור נישט מייאש געווען
Admin · 2012-07-18 16:54 · RE: ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?
די בעל בית ערשיינט נישט זומער, כנהוג.
שמעלקא · 2012-09-12 01:02 · RE: ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?
און יעצט קומען די ימים טובים, אודאי אויך נישט, וואס דען?
אלזא, נאך סוכות קענען מיר ערווארטן דעם "חדש ימינו כקדם".
שמואל · 2012-09-12 10:10 · RE: ווען הייבט אן "בעל הבית" צוריק צו ערשיינען?
פאריאר איז עס אויך ערשינען נאך סוכות, זעה אנפאנג אשכול.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-12-12 10:12 AM דורך שמואל .)