באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / בעל בית פארום

60 סעקונדעס אויף די וועב

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=17

⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 5 תגובות; געראטעוועט 2. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.

יוחנן שיף · 2011-06-29 00:03 · 60 סעקונדעס אויף די וועב
וואס טוט זיך אלץ אפ אויף די אינטערנעט אין בלויז 60 סעקונדעס?

אט איז א אינטערעסאנטע דיאגראמע. וואס עס געשעט יעדע 60 סעקונדעס אויף די אינטערנעט. אין בלויז איין מינוט, יעדע מינוט פון טאג!

קוקט עס דורך, פון וואס זענט איר נתפעל? וואס איז ביי אייך א חידוש?

[בילד: נישט געראטעוועט]   
ביי מיר איז געווען א חידוש.

אז עס איז דא בלויז 98,000 טוויטער טוויטס, אקעגן 695,000 פעיסבוק אפדעיטס.
כאטש איך נוץ נישט קיין איינס דערפון, קוקט עס מיר אויס ווי עפעס שטימט נישט דא.

און אז עס איז דא בלויז 694,000 גוגל סיערטשעס, ווייניגער וויפיל מענטשן אפדעיטן פעיסבוק, קוקט נישט אויס ריכטיג.

אויך איז אינטערעסאנט אז אימעיל שטייגט איבער אלעס הונדערטער מאל מיט 168 מיליאן יעדע מינוט!
אז מען נעמט אבער אין באטראכט די ספעם איז עס גרינגער צו פארשטיין.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 06-29-11 12:18 AM דורך יוחנן שיף .)
זרח · 2011-06-29 12:02 · RE: 60 סעקונדעס אויף די וועב
און יאהו האט נישט מער פון 40?