באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / קאמפיוטער - טעכנאלאגיע

אלעס איבער פרינטערס און טאנערס

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=137

⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 32 תגובות; געראטעוועט 10. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.

שמואל · 2011-08-10 18:28 · אלעס איבער פרינטערס און טאנערס
איך וויל קויפן א נייע לעזער פרינטער, וועלכע פרינטער וואלט דער עולם רעקאמענדעט?
שמעלקא · 2011-08-10 18:46 · RE: אלעס איבער פרינטערס און טאנערס
ווענדט זיך וואס דו זוכסט. ווי שנעל, ווילסטו נאר שווארץ און ווייס אדער אויך קאליר.

פאר בלעק-און-ווייט, טו איך שטארק רעקאמענדירן Brother HL-5370DW. עס האט דאפלעקס (ד.ה. עס פרינט אויטאמאטיש אויף ביידע זייטן צו שפארן פאפיר), קען ווערן גענוצט אויף א נעטווארק, ער גייט 32 פאפיר-פער-מינוט, פרינט גאר שארף (בעסער ווי HP אין מיין עקספיריענס), ועל כולם קאסט עס ביליג, בלויז $180 אויף AMAZON בשעת איך שרייב.

פאר קאליר, רעקאמענדיר איך אויך Brother, זיי מאכן גאר גוטע פרינטערס, און זייערע טאונערס זענען די ביליגסטע. די מאדעל פאר קאליר איז HL-4150cdn. עס האט אלע אויבנדערמאנטע מעלות, נעטווארק, דאפלעקס. עס פרינט 25 פפ"מ, אבער ער מאכט א גערודער און עס נעמט אביסל לענגער ארויסקומען א פעידזש ווי די 5370 הנ"ל. די פרייז איז געווען $400 ביז לעצטע וואך. די וואך איז די פרייז געפאלן. מען קען עס שוין האבן פאר 300$, און אויף AMAZON פאר $250.

עלה והצלח.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 08-10-11 09:17 PM דורך שמעלקא .)
שמואל · 2011-08-10 19:31 · RE: אלעס איבער פרינטערס און טאנערס
הארציגן יישר כח שמעלקא אהובי.

איך זיך בלעק-און-ווייט.
וויפיל פאפירן פער טאנער פארנוצט די אויבענדערמאנטע Brother HL-5370DW פרינטער? און וואס קאסט א טאנער ווען מען דארף א נייע?
שמעלקא · 2011-08-10 21:26 · RE: אלעס איבער פרינטערס און טאנערס
דו קענסט קויפן די "היי-ייעלד" TN-650, וואס גיבט דיר 8,000 פאפירן. טאנער פרייזן זענען פארשידנארטיג, אבער מען קען טרעפן פאר בערך $70. אלס וחי אחיך עמך, וואלט איך רעקאמענדירט דאס צו קויפן ביי היימישע סוחרים פון וואס מיר האבן גענוג. זיי שטעלן געווענליך צו גוטע קוואליטי (דהיינו נישט אן ארידזשינעל בראדער, נאר א דזשענעריק, אבער מיט די זעלבע קוואליטי פאר האלב די פרייז. די אריגינעלע קען קאסטן $130 אדער מער). די דזשענעריק האלט לענגער ווי די אריגינעלע, צוליב א סיבה וואס איך האב נישט יעצט קיין צייט צו שרייבן, ועוד חזון למועד. ממילא איז נישטא קיין סיבה צו קויפן די אריגינאלע בראדער טאנער.

מען דארף אויך אויפמערקזאם מאכן אז די טאונער איז אלץ ביליגער פאר בראדער פרינטערס ווי פון HP פרינטערס פאר א סיבה - ווייל ביי א HP פרינטער טוישט מען יעדן מאל מיטן טאנער אויך דעם "דראם" (עס קומט איין שטיק אינאיינעם), משא"כ ביי בראדער טוישט מען בלויז דעם טאנער. אבער נאך בערך 20,000 פאפירן דארף מען טוישן דראם אין דעם בראדער (אפגעזעהן פונעם טאנער, עס ארבעט באזונדער) וואס קאסט ארום $90.00. מען קען אויך "ריסעטן" דעם דראם צו ארבעטן מיט אפאר טויזענט פאפירן מער ווי די 20,000, מען דארף דרוקן געוויסע קנעפלעך, און רוב סוחרים מבינים וועלן דיר וויסן צו זאגן גענוי וועלכע צו קוועטשן כדי צו ריסעטן.
שמויגער · 2011-08-11 09:58 · RE: אלעס איבער פרינטערס און טאנערס
שוין לאנג וואס איך זיך זעלכע אינפארמאציע.

איך האף בקרוב זיך איינצושאפן א פרישע BW פרינטער, און א קאליר פרינטער, ואוס איך האב זיך ביז היינט נישט ערלויבט.

וואס טוט זיך מיט א קאליר פרינטער וואס פרינט 11X17'ס, איז פארהאן אזא זאך צו באקומען פאר א נארמאלע פרייז? איך האב היבש מאל קאסטומער'ס וואס וואלטן געצאלט צוויי-דריי דאלער א פרינטאוט, ווי צו לויפן צום פרינטער ארויספרינטן פאר איין און א האלב צי צוויי דאלער א קאפי. נאכדערצו ווען די פרינטער'ס זענען שוין פארמאכט...
שמעלקא · 2011-08-11 10:23 · RE: אלעס איבער פרינטערס און טאנערס
שמויגער,

אוייב זוכסטו קאליר פאר א 11X17, איז זייער שווער מיט א לעיזער. די פרייזן לויפן פאר לכה"פ $1,500. עס איז ביליגער צו גיין מיט א INKJET, כאטש עס וועט אפשר מיט די צייט קאסטן מער, צו ריפלעיסן אלע INK יעדע שטיק צייט. אבער די קוואליטעט פון די INKJET פרינטערס זענען פיל שענער ווי די LASER. עס פרינט פיל שטאטער, אבער הערליך שיין ממש ווי א LAB.

צב"ש, CANON האט א שטארק-רעקאמענדירטע פרינטער, Pro9000, וועלכע פרינט הערליך שיין, ביז אזעלכע סייזעס פון 13X19 אינטש, און קאסט געווענליך $500, און AMAZON האט עס יעצט פאר $350.

עס האט 8 קאלירן פון INK, וואס דאס ברענגט ארויס דאס בעסטע פונעם קאליר, אזוי אז אפילו די מינדעסטע SHADE פון קאליר וועט זיין פיל קלארער ווי אנדערע פרינטערס.

אויב ווילסטו דוקא לעיזער קאליר פאר 11X17, מוז מען צאלן די הויזן. קליק דא פאר א עקזעמפל.
שמואל · 2011-08-11 11:37 · RE: אלעס איבער פרינטערס און טאנערס
וואס זענען די פרייזן פאר א בלעק און ווייט, וואס פרינט אויך 11X17?
און וואס זענען די חילוקים פון היי-ייעלד" TN-650, און HL-5370DW?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 08-11-11 11:39 AM דורך שמואל .)
שמויגער · 2011-08-11 11:41 · RE: אלעס איבער פרינטערס און טאנערס
ש'כוח ר' שמעלקא.
איך וועל עס נעמען אינאכט.
א דאנק פאר די לינק און פאר די נוצליכע אינפארמאציע
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 08-11-11 11:42 AM דורך שמויגער .)
שמעלקא · 2011-08-11 12:32 · RE: אלעס איבער פרינטערס און טאנערס
א גוטן ר' שמואל,

לעת עתה האב איך נישט געטראפן קיין בלעק-ענד-ווייט פרינטער וואס פרינט 11X17. איך בין בעיקר באקאנט מיט HP און Brother. זיי האבן נישט. קען זיין אפשר איז פאראן פון לעקסמארק אדער אנדערע קאמפאניס. דארף איך טון מיין ריסוירטש...

די "היי-ייעלד" TN-650 איז נישט א פרינטער, נאר א "טאנער". עס זענען פאראן "סטענדערד ייעלד" און עס זענען פאראן היי-ייעלד. א פלעינער מענטש וועט ענדערש צאלן ביליגער פאר א רעגולער טאנער. אבער א חכם הרואה את הנולד, און ער פרינט אסאך, וועט ליבערשט צאלן מער פאר א Hi-Yield פאר אפאר דאלער מער און באקומען דערפאר פיל מער פאפירן. צום סוף צאלט מען ביליגער פער-פאפיר.
שמואל · 2011-08-11 12:54 · RE: אלעס איבער פרינטערס און טאנערס
הארציגן יישר כח רבי ר' שמעלקא.

דערווייל איז לויט ווי איך פארשטיי די עצה צו קענען פרינטן 11X17, צו קויפן א קאלער פרינטער (וואס פרינט ממילא אויך בלעק און ווייט).