באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / בעל בית פארום

ברוכים הבאים!

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=13

⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 27 תגובות; געראטעוועט 26. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.

פרידמאן · 2011-06-28 10:31 · ברוכים הבאים!
איך וויל באגריסן דעם גאנצן ציבור, הן ווייל איך בין א חלק פון זיי, און איך וויל האבן דא א געשמאקע ביזנעס פראפעסיאנאלע אטמאספערע. און הן אלץ א אדמיניסטראטור.

איך וויל זיך באדאנקן פערזענליך פאר די בעל בית פארוואלטונג, איך בין היפש געווען אינוואלווט אין די זאכן דא, אויפגעווען נעכט איז נישט קיין גוזמא דא. איך האב מיטגעהאלטן ווי יעדע פרט ופרט איז געווארן דורכגעטון.

און א באזונדערע יישר כח פאר די פארוואלטונג פארן מיך אויסהערן מיין רעקאמענדאציע, פון מאכן איין גרויסע דיסקוסעיע פארום, און נישט אפטיילן אין קאטאגאריעס, וואס איז א זאך וואס עס באלאנגט נישט - לדעתי - פון אנהייב, בלויז ווען עס ווערט שוין אסאך מער אנגעפילט.

אגב, אויב האט איר נישט וואס צו שרייבן קענט איר סתם באגריסן אויך.

עס קומט א לאנגע זומער אן די בעל בית, לאמיר זיין אביסל "אומאפהענגיק", און נישט זיין אנגעוויזן אזוי שטארק אויף די אויסגאבע, לאמיר זיין מענטשן פאר זיך און דיסקאסירן פרישע ענינים.

איין פרט וואס איך האב געטראכט, אז מענטשן מיט שרייבערישע טאלאנטן וואס ווילן עפעס מיטיילן, זאלן עס שרייבן לכתחלה אויף א סטיל וואס עס זאל זיין רעדי אריינצוגיין מיט א "קאפי און פעיסט" גלייך אינעם בעל בית אריין, אזוי אז די רעדאקציע זאל נישט טראכטן קיין צוויי און זיך ברעכן קאפ צו זיי זאלן עס אריינלייגן און איבערארבעטן, נאר עס זאל אריינפליען דארט.

ווער איז אלץ דא?
גאסט · 2011-06-28 12:33 · RE: ברוכים הבאים!
ברוכים הבאים!
זלמן · 2011-06-28 12:45 · RE: ברוכים הבאים!
עליכם השלום
גאסט · 2011-06-28 14:55 · RE: ברוכים הבאים!
איך ניץ אנדרויעד. איך האב נאך נישט. געזען אזא שיינע מאביל סייט.
כל הכבוד
איך וואלה מיר שפעטער אויפסיינען פון א געהעריגע קאמפיוטער.
לוזער מענדל
גאסט · 2011-06-28 15:27 · RE: ברוכים הבאים!
גיוואלדיג! די מאביל סייט איז עפעס אןיסערגעווענליך
שמואל · 2011-06-28 16:45 · RE: ברוכים הבאים!
הנני...
גאסט · 2011-06-28 22:58 · RE: ברוכים הבאים!
(06-28-11 04:45 PM)שמואל האט געשריבן:  הנני...

Test
ערעב מיכל · 2011-06-30 18:26 · RE: ברוכים הבאים!
כיהודה ועוד לקרא, הנני מצטרף בברכה לבעלי האתר בעל-בית, שלא נחו ולא שקטו עד שהקימו את הדף החדש אשר בשמו הטוב יכונה 'בעל-בית פורום', כשמו כן הוא פורום מיוחד לאנ"ש שיחיו הרוצים לישא וליתן בד' אמות של משא ומתן באמונה כדת של תורה, באוירה נעימה ושקטה, בלי מפריע ובלי בלבול המוחות של הני אישני דלא מעלי היושבים על סיר הבשר ולא מטבילים אף אצבע קטנה במים קרים למען פרנסת בני ביתם, רק מחכים להתעשר בניקל ובמהירות כהדין קקיון דיונה אשר בין לילה היה ובין לילה אבד.
והנני בזה לחזק את המקימים ואת המשתתפים פה שיזכו לראות ברכה והצלחה במעשי ידיהם, ויזכו לראות פרי בעמלם ולהביא טרף לביתם בנחת ובניקל מתוך נחת והרחבת הדעת, עדי נזכה במהרה שתוציא הארץ גלוסקאות וכלי מילת, ונישב לבטח שקט ושאנן על הארץ שנשבע ה' לאבותינו לאכול מפריה ולשבוע מטובה ושמחת עולם על ראשינו בב"א.

הק' ערעב מיכל
שמעלקא · 2011-07-01 14:26 · RE: ברוכים הבאים!
אויך איך וויל מיך באגריסן מיט יעדן דא, נייס טו סי יא אלל...

הק' שמעלקא

(נ.ב. ערעב מיכל טייערער, דיין באגריסונג האט מיר געקאסט א שמייכל....)
גאסט · 2011-07-03 15:34 · RE: ברוכים הבאים!
האלאו עוועריבאדי, נייס טו סי יו אלל.

מנאי
אהרן יאסל.
בענעט · 2011-07-04 13:57 · RE: ברוכים הבאים!
זעהט אויס פיין, איך מוף אהער
שטרויכלעקציע · 2011-07-04 17:35 · RE: ברוכים הבאים!
שלום עליכם אייך אלע.

וויאזוי לויטעט נאר די וועלטס ווערטל:
----------------
תקנות הביזנעס:

1. דער ״בעל-הבית״ איז אימער גערעכט
2. אין פאל דער ארבעטארער איז פארט גערעכט, דאן זעהט תקנה נומער איינס...

---------------
געלעכטער אין א זייט, דער פארום איז מייסטערהאפט.
ארבעטער · 2011-07-04 22:41 · RE: ברוכים הבאים!
שלום עליכם
דוד · 2011-07-05 11:16 · RE: ברוכים הבאים!
עליכם שלום פאר אלע פארזאמלטע,

געבענשט פון הימל זאלן זיין די "בעלי בתים" פון דער "בעל בית", פארן אונז מחנך זיין הלכות 'דרך ארץ' אין אזא היימישן אטמאספערע...
Luzer Mendel · 2011-07-05 16:08 · RE: ברוכים הבאים!
שלום עליכם צדיקים וידידים

איך בין לוזער מענדעל, אזוי איך זע דא אסאך נייע פענימער (אוואו זענט איר געווען ביז היינט?) וויל איך נאר זאגן אז איך בין פון די וותיקים דא. נאך פון די קאמענטארן צייטן.
דוד · 2011-07-05 16:29 · RE: ברוכים הבאים!
מיר זענען ביז היינט אויך דא געווען. נאר ביז היינט זענען מיר געווען בבחינת תלמידים, און יעצט ווילן מיר פרובירן צו ווערן א תלמיד המחכים את רבו.

דאס איז מיין אייגענע סברה, אבער איך האף אז אנדערע זענען אויך מסכים מיט מיר.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 07-10-11 11:20 AM דורך דוד .)
טעקנישאן · 2011-07-08 01:45 · RE: ברוכים הבאים!
שלום עליכם פאר יעדעם

מ'זעמיר אויך פין די אלטע קוראים, אין זיך אפילו אנגעריפן דא דארט.
יוזל · 2011-07-08 09:05 · RE: ברוכים הבאים!
שלום עליכם
איך בין א גרינער, ס'זעט מיר אויס. זייער
אינטערעסאנט
כ'האף כ'העל קענען אוילר צושטייער געבן
שמעלקא · 2011-07-08 16:47 · RE: ברוכים הבאים!
יוזל, פארוואס האסטו אויסגעקליבן דעם נאמען
יוזל · 2011-07-10 07:41 · RE: ברוכים הבאים!
[quote='שמעלקא' pid='337' dateline='1310158064']
יוזל, פארוואס האסטו אויסגעקליבן דעם נאמען
וואס געפעלט דיר נישא מיט יוזל? לדעתי איז עס גאנץ א וואזשנער נאמען
כ'בין דאך סוכ''ס נישט אזוי היימיש דא.......ו
אברעמל · 2011-07-10 15:10 · RE: ברוכים הבאים!
כ'גלייך אויך נישט דעם נאמען, כאטש וואס עס איז א אידישער.....
לייב · 2011-07-14 19:07 · RE: ברוכים הבאים!
רבותי! איך בין שוין אן אור אלט געזעסענער, אבער איך האב בטעות געדרוקט דא צו סוויטשן צו מאביל מאד, און איך קען נישט צוריקסוויטשן צו פול מאוד, די אותיות זענען פיצעלע פאר מיינע אויגן, די סייט איז נישט קלאר, איך קען נישט אזוי פונקציאנירן.

איך האלט שוין נישט מיט דא אפאר וואכן נאר צוליב דעם, און דער אדמיניסטראטאר זעט נישט אויס אז ער פלאנט זיך וואוסענדיג צו מאכן פון מיין פראבלעם.

איך האב יעצט אנגעפרעגט אויף נאך א פלאץ דא אין די פארום'ס, לאמיר זען אויב איך גיי באקומען תשובה.
מנחם · 2011-07-28 13:11 · RE: ברוכים הבאים!
איך זעה יעצט אז איך האב געמיסט די באגריסינגען דא, זייער שיין מיינע פריינד.
אבער איין מינוט.
פריעדמאן, אדמיניסטראטאר,
קענט איר מיך ארויסהעלפן מיט מיין פראבלעם פאר די לעצטע 3 טעג, איך זיך ווי אזוי צוצוקומען צו אלטע קאמענטארן אין בעל הבית אימעיל אויסגאבע (WORD PRESS BLOG), ווי אזוי?

איך האב שוין געטרייט דורך סירטש, עס קומט ארויף א מעסעזדש אז איך בין נישט אוטורייזט פאר די פעיזדש.
Admin · 2011-07-28 16:44 · RE: ברוכים הבאים!
די אלטע אויסגאבעס זענען נישט מאמענטאל אוועליבעל.

די ארבעט אויף די סייט האט זיך פארלאנגזאמט מער ווי געראכטן, מיר האפן עס וועט זיין בקרוב גרייט פאר מעמבערס.

אויב איר דארפט א ספעציפישע לינק, מעגליך מיר קענען אייך שיקן די תוכן.
בן בית · 2011-10-06 16:20 · RE: ברוכים הבאים!
ברוכים הבאים מיינע טייערע פריינט, איך זעה איך האב פארפעלט זיך אנצושרייבן אין דעם ברוכים הבאים אשכול, נו יעצט איז דעך א צייט וואס מ'קוקט איבער די מעשים און אז מ'פארפעלט עפעס איז מען יעצט מתקן.

על כל פענעמער זאל עטס מיר אלע זיין געבענטשט מיט א זיס לעכטיג יאר.

ובכן געלט תן געלט פחדך געלט דער באשעפער זאל אונז באגיסען מיט גיטס משכנו אחריך ונריצה מיר וועלן לויפן אויף אלע 4.

בשורות טובות.
שמואל · 2011-11-14 19:23 · RE: ברוכים הבאים!
באלאנגט נישט דער אשכול דבוק אינעם אויבנאן?