באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פארום / בעל בית פארום

פרינטערס פאר אפיסעס

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=12

⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 4 תגובות; געראטעוועט 3. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.

פרידמאן · 2011-06-28 10:25 · פרינטערס פאר אפיסעס
ביז יעצט פלעג איך קויפן פרינטערס, איך האב זיך ממש אויפגעגעסן דאס געזונט יעדעס מאל, איך האב געזוכט אויפן אינטערנעט די בעסטע פרינטער וואס האט די בעסטע פיעדבעק, און דאס האב איך געקויפט. און אלעס פלעגט גיין מיטן לינקן פוס, די קאלערס איז נישט געווען קיין קאלערס, די טינט האט זיך אויפגענוצט נאך צוויי וואכן, און די טינט אליינס קאסט שוין באלד טייערער ווי די גאנצע זאך.

איך בין פארטיג מיט קויפן! פינטל.

יעצט וואס איז נעקסט? איך פארשטיי אז עס זענען דא פירמערס וואס שטעלן צו אז מען קען דינגען ביי זיי פרינטערס, און זיי קומען אראפ כסדר עס צו מעינטענען, ווען עס איז דא פראבלעמען, אריינלייגן נייע טינט וכדומה.

נו? וואס וואו ווען? וואספארא דיעלס זענען אלץ פארהאן אויף די מארקעט? און וועלכע איז רעקאמענדירט?
שמעלקא · 2011-06-28 17:46 · RE: פרינטערס פאר אפיסעס
דו דארפסט שרייבן מער פרטים איבער דיין באנוץ פונעם פרינטער. וואס פרינטסטו? וויפיל? ווי אפט?
ארבעטער · 2011-06-30 22:42 · RE: פרינטערס פאר אפיסעס
Xerox האט זייער גוטע אפציעס פאר צאלן per page