באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / בעל בית אפדעיטס

עני.דא ענדליך אנגעקומען צו אייפאון און קראום

http://www.balboos.com/updates/2012/06/26/עני-דא-ענדליך-אנגעקומען-צו-אייפאון-און/ קאפיע אין ארכיוו

די פאפולערע “טו דו” עפפ אויף אנדרואיד וואס איז שוין דערמאנט געווארן אין די פארום’ס, איז א אויסערגעווענליכע פראקטישע און שיינע פראגראם, מיט פילע מעלות. אזויווי לוזער מענדל, שלומי, ואני הקטן האבן שוין געשריבן דארט.

ווי ערווענט דארט, איז די איינציגסטע פראבלעם געווען אז עס  זענען נאך נישט געווען קיין עפס פאר אנדערע פלאטפארמעס, מיר פערזענליך האט עס געשטערט, ווייל כ’גלייך צו מענעזשען אלעס ביים קאמפיוטער, און די עפפ אויפן פאון איז גוט ווען מען איז נישט ביים קאמפיוטער.

יעצט איז ארויסגעקומען צוויי פרישע ווערסיעס, פאר די אייפאון און פאר קראום, די וועב עפפ, וואס וועט לויפן אין יעדע בראוזער איז דערווייל נאך נישט דא. (וויבאלד איך נוץ נישט קראום, ווארט איך שוין בכליון עינים אויף די וועב עפפ.)

עס סינקט זייער שיין צווישן אלע פלאטפארמעס, פרובירט עס אויס, איר וועט זיכער הנאה האבן.

http://www.any.do/