באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / יוחנן שיף׳ס בלאג

יוחנן שיף

http://www.balboos.com/blogs/ys/2012/05/גם-זו-לטובה/ קאפיע אין ארכיוו

ווי עס קוקט אויס וועט די בעל בית ארויסקומען נאר איין מאל אין צוויי וואכן פאר די קומענדיגע שטיק צייט.

נישט זייענדיג באוואוסטזיניג צו דעם פאקט, האב איך פארגאנגענע וואך פארשפראכן  ממשיך צו זיין מיט די ארטיקעל דער לעצטער קויל אין די בעל בית פון די וואך. איך האף אז איר וועט נישט זיין צו שטארק אנטוישט און געדולדיג אויסווארטען נאך א וואך.

אמת, קומענדיגע מאנטאג וועט שוין זיין נאכן כינוס, אבער ווי עס שיינט -נאכן רעדן צו עטליכע מענטשן וואס זענען באקאנט מיט די זאך- פלאנען סיי ווי נישט די עסקנים צו טוישען אדער דורכשמועסן זייער סטראטעגיע מיט אינדערויסענדע מענטשן, ממילא כאפט נישט קיין גרויסע נפק”מ ווען עס וועט ווערן אפגעדריקט.

ממה נפשך אויב וועט עס מער נישט אויספעלן נאכן כינוס, איז זיכער גוט, און אויב נישט איז דאך דא צייט דעמאלס.

אין אמת’ן וואלט ווען אפשר בכל אופן גוט געווען צו ווארטען מיטן המשך, וויבאלד עס איז געווען אזאנע וואס האבן אויסגעטייטשט מיינע ווערטער ווי מיר זענען אקעגן דעם כינוס. עס איז מעולם לא עלתה על דעתנו אריינצורעדן אין א זאך וואס באלאנגט פאר גדולי ישראל. מיין ציל איז געווען צו עצה’נען און ראטן אזוי אז עס זאל ארויסקומען די גרעסטע תועלת וואס שייך. אבער ווי ערווענט, וויבאלד עס זענען דא מענטשן וואס זענען סענסעטיוו צו די נושא,  איז שוין בעסער צו ווארטן אויף א צייט וואס עס וועט שוין נישט קענען ווערן אפגעטייטשט אז מיר האבן אנדערע כוונות דערביי.

והייתם נקיים מה’ ומישראל.