אלס א פארנומענער בעל הבית אדער ארבעטער, האט איר פילע אחריות’ן אויף אייער קאפ. און איר מוטשעט זיך אלס אויסצופירן אלע. האט איר אמאל געטראכט זיי צו איבערגעבן פאר אנדערע? פילע מענטשן שטייען ווייט פון דעם מושג. ווי נישט ווי, אויב איר טוט דאס אליין זענט איר זיכער אז איר האט דאס גוט געטוהן.
“איבערגעבן פליכטן קען פיל אויפטוהן פאר אייער ביזנעס”
אמאל איז דאס א קאנטראל סיטואציע: איר ווילט אפשר דאס געפיל אז אלעס ווערט געטוהן אין א ספעציפשע וועג, אייער וועג. אדער, עס קען זיין אז איר האט מורא אז אויב געבט איר איבער דעם פליכט זענט איר מער נישט איבער דעם.
באמת, אבער, איז איבערגעבן פליכטן א גאר קלוגע וועג אין פילע הינזיכטן פון ביזנעס. עס קען פארגרינגערן אייער עול און אייך געבן צייט צו זיין פארנומען מיט וויכטיגערע פליכטן.
איר מוזסט אבער וויסן ווי אזוי דאס צו טוהן ריכטיג.
ווען איר האט א פליכט וואס איר ווילט איבערגעבן, מאכט זיכער דאס צו איבערגעבן פאר דעם ריכטיגסטן מענטש אויסער אייך! געדענקט אז יענער וועט דערגרייכן דעם ציל אויף א צווייטע וועג, נישט פונקט ווי אייך, אבער ער וועט דארט אנקומען סוף כל סוף.
איבערגעבן פליכטן קען פיל אויפטוהן פאר אייער ביזנעס ווען עס ווערט געטוהן ריכטיג. הייבט דאס אן היינט!