באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / אפריל 2010

קענט איר מיר זאגן פארוואס

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: תזו"מ , תש"ע · בעל-בית נומער: 10 · דאטום: 2010-04-12
http://www.balboos.com/content/2010/04/קענט-איר-מיר-זאגן-פארוואס/ קאפיע אין ארכיוו

מיר פרעגן פילע שאלות דורכאויס דעם טאג. מערסטנס קשיות זענען וויכטיג, אבער נישט נעבן דעם מיליאן- דאלער פראגע: פארוואס?
די מעכטיגסטע שטופער אין פסיכאלאגיע וואס ברענגט א מענטש צו טוהן געוויסע טאטן איז דעם ענטפער צו די שאלה, “פארוואס?” אויב איר הערט זיך גוט צו וועט איר באמערקן אז מענטשן פרעגן כסדר די שאלה. פארוואס זאל איך קויפן אייער פראדוקט, קומען צו אייער געשעפט, ניצן אייער סערוויס, אדער רופן אייער פירמע? פארוואס זאל איך אייך וועלן איבער אן אנדערעם? פארוואס, פארוואס, פארוואס?
אן עפעקטיווע עד זאל נישט איבערלאזן א מענטש מיט די געדאנק, “א שיינע שטיקל.” עס מוז ברענגען א געפיל פון “איך מוז דאס האבן.” דער איינציגער רעאקציע וואס א מענטש מוז האבן ווען ער זעהט אייער עד אדער זעהט וואס איר פארקויפט איז “איך וויל דאס יעצט.”
דערפאר, מוזט איר אויסשטעלן אייער מארקעטינג קאמפיין אויף א וועג וואס ענטפערט די שאלה, “פארוואס זאל איך דארפן דעם פראדוקט?” עס איז נישט גענוג צו געבן אן ענטפער, עס מוז זיין דעם ריכטיגן.
זעצט אייך אראפ, טראכט וועגן אייער ביזנעס, און זעהט באמת אויב איר קענט ענטפערן די שאלות, “פארוואס זאל איינער פונקט מיך אויסוועלן?” שרייבט אראפ די ענטפערס וואס שווימען ארויף אין געדאנק און וועלט איינס וואס רעדט באמת צו די מענטשן.
אייערע קונים האבן א גוטע שאלה: “פארוואס?” געבט זיי די ענטפער וואס זיי וועלן קיינמאל פארגעסן.

→ פריערדיגער קומענדיגער ←