גוגל סטריט וויו (וואו מען קען ארומפארן אויף גוגל מאפעס “אין” די גאסן) האט די לעצטע וואך אנגעהויבן צו אפדעיטן די בארא פארקער גאסן, צו פיל קלארערע בילדער, נישט מער ווי צום צווייטן מאל זינט זייער ערשיינונג אפאר יאר צוריק.
נאכנישט אלע גאסן זענען געאפדעיט, אזא גאס ווי 13′טע עוועניו איז בלויז ביז 48 סטריט, און די באקאנטע ככר שומר שבת איז נאכנישט געאפדעיט געווארן. און די וואס ווילן זיך נאך באגעגענען מיט א בארא פארק פון 6 יאר צוריק קענען דאס נאך אריינכאפן אויף טייל גאסן.
גוגל איז נישט מודיע פון פאראויס, און געבט נישט קיין שום רמז וועלכע גאסן זיי גייען אפדעיטן אדער די ערשטע מאל ארויפלייגן אויף גוגל סטריט וויו, און עס איז בלויז אינטערסאנט אז וויליאמסבורג איז שוין געאפדעיט געווארן פאר 2 יאר צוריק. אזא שטאט ווי קרית יואל איז – גענוי ווי פילע אנדערע אפסטעיט שטעטלעך – בכלל נישט אויף סטריט וויו, בשעת מאנסי וועלכע איז נענטער צו דרום פארמאגט נאך די אלטע אומקלארע בילדער. און אינעם ווייטן מאנטריאל קען מען אזש אריינשפאצירן אין קרית טאהש מיט הערליכע קלארע בילדער.
*
אין אנדערע גוגל וויו נייעס, עס איז געווען לעצטענס ברייט באריכטעט אין די פרעסע אז די היימישע פירמע “בי ענד עיטש” איז פון די ערשטע געשעפטן אין מאנהעטן ארויפגעלייגט צו ווערן אויף גוגל “סטאָר” וויו, וואו מען קען אריינשפאצירן אין זייער געשעפט בשעת מען איז אויפן קאמפיוטער, און באטראכטן די שיינע שורות מיט פראדוקטן ווי כאילו מען איז יעצט באמת אין געשעפט.
עס איז אינטערעסאנט ווי דאס געשעפט איז גענצליך אפגעליידיגט געווארן אינמיטן טאג, כדי צו קענען נעמען די בילדער, ווי עס שיינט איז עס געווען א אפגעשמועסטע צוזאמארבעט מיט גוגל.
דער טעכנאלאגיע האט גרויס פאטענציאל צו ווערן א טאג טעגליכע טייל פונעם מאדערענעם אינטערנעט מארקעטינג וועלט, וואס מען זוכט אלץ ווי מער און מער באקוועמער צו מאכן דאס איינקויפן אויפן אינטערנעט.
בארא פארק און “בי ענד עיטש” אויף גוגל סטריט וויו
סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: יתרו תשע"ב · בעל-בית נומער: 58 · דאטום: 2012-02
http://www.balboos.com/content/2012/02/בארא-פארק-און-בי-ענד-עיטש-אויף-גוגל-סטר/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2012/02/בארא-פארק-און-בי-ענד-עיטש-אויף-גוגל-סטר/ קאפיע אין ארכיוו
תגובות (6)
די היימישע באקאנטע בארא ראג און קארפעט איז שוין אויך דא אויף גוגל סטאר וויא, סוירטש אויף גוגעל פאר בארא ראג וועט איר זעהן איוף די רעכטע זייט א בילד מיט די ווערטער see inside
וויאזוי קען מען זען בי ענד עידזש סטאר ווויו?
Just go to their address, a d go into the door.
search for b&h, and you shall find it
מען קען שוין אויך זעהן די פאלגענדע געשעפטן אויף 13′טע עווענ
- קודש ספרים געשעפט
- Oh Nuts
- Sunrise Photo
נאך אביסל ווען די גוגל חברה ווועלן אריינשפאצירן אינערהאלב די בעלבית הויפט קווארטירן, וועלן מיר איינמאל פאר אלעמאל געוואויר ווערן ווער עס שטייט דא מאחורי הפרגוד…
עקיבא,
גוט, גוט.