ווען עס קומט צו סעלעקטן מערערע פיילס און פאלדערס אויף אמאל, קען עס זיין א אפקומעניש אויב זיי זענען נישט איינס נעבן די צווייטע.
מען קען נוצן די “קאנטראל” און “שיפט” קנעפלעך, אבער נישט יעדער גלייכט צו נוצן און געדענקן קיבאורד שארטקאטס.
א בעסערע וועג, אן קיין קיבאורד שארטקאטס, איז צו ערמעגליכן די ווייניג באקאנטע “טשעק באקס” אפציע פאר אלע פיילס און פאלדערס.
טייפ אריין אין די סיערטש באקס folder Options
גיי צו די view טעב
מאך א טשעק ביי
Use check boxes to select items
דריק OK.
די טשעק באקסעס וועלן ערשיינען ווען די מייזל איז העכער סיי וועלכע פייל אדער פאלדער.
עס וועט אויך זיין א טשעקבאקס גאנץ אויבן צו סעלעקטן אלע פיילס אויפאמאל, מען קען דערנאך די-סעלעקטן וועלכע מען וויל.
עס וועט אויך ארבעטן מיט די דעסקטאפ אייקאנס, ווען די מייזל איז העכער דעם.