באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / מערץ 2011

בעל בית מאגאזין אין געשעפטן

סעריע: פון די רעדאקציע טישל · דורך: admin · וואך: ויקרא , תשע"א · בעל-בית נומער: 39 · דאטום: 2011-03-07
http://www.balboos.com/content/2011/03/בעל-בית-מאגאזין-אין-געשעפטן/ קאפיע אין ארכיוו

מיט שבח והודאה צום רבוש”ע זענען מיר צופרידן צו מעלדן אז די בעל בית מאגאזין איז שוין דא צו באקומען אין געשעפטן אין אלע היימישע געגענטער אין ניו יארק.
מיר האבן זיך אנגעשטרענגט צו האלטן די פרייז צוגענגליך טראץ די הויכע קאסטן פון דרוקן און פארשפרייטן. עס איז אויסגעלייגט אויף א געשמאקן אופן און רייך גראפירט. ווי מיר האבן שוין געשריבן ענהאלט די מאגאזין אויך עקסלוסיווע ארטיקלען וואס זענען נישט ערשינען אין די אימעיל ווערסיע.
מיר האבן פרובירט פון אונזער זייט צו פארשפרייטן די בעל בית מאגאזין די בעסטע וואס מעגליך. אויב איר זעט עס נישט אין אייער לאקאלע גראסערי, פארלאנגט עס פונעם געשעפטס מאן.
בקרוב וועט עס אי”ה זיין צו באקומען אויך אין קאנאדע.
מיר ארבעטן אויך צו פארשפרייטן  די בעל בית אין לאנדאן, מאנטשעסטער און אנטווערפן.
מיר וועלן בלי”נ מעלדן ווען עס וועט זיין נייעס אויף דעם געביט.
אויב האט איר שאלות אדער הערות איבער די הפצה, ווי אויך געשעפטסלייט וואס ווילן דאס פארקויפן
ביטע שרייבט צו
mail@balboos.com

תגובות (8)

luzer mendel · March 8, 2011 at 4:19 PM

ביי פרענקלס גראסערי אין וויליאמסבורג איז עס אויך נישטא.
זעט אויס אז די ערשטע מאל איז שווער, איך האף אז עס וועט נאך ווערן אוועליבעל בקרוב, ווייל איך קען שוין קוים ווארטן צו לייגן א אויג דערויף.

Anonymous · March 8, 2011 at 6:30 PM

אלעזר מענדל
כ’האב עס געזען אין סענטראל מארקעט זונטאג נאכמיטאג
עס איז נישט ווייט פון פרענקלס
הצלחה

Anonymous · March 9, 2011 at 5:12 PM

די דעקל דעזיין איז זייער פראפעשענעל און זויבער.

יעקב מנחם · March 10, 2011 at 4:29 PM

לאמיך הערן קאמענטס אויף די חומר אינסייט, האט עס איינער געליינט? פארוואס רעדט מען נישט דא דערוועגן?

מנחם · March 10, 2011 at 5:34 PM

ווייל דער עולם דא וויל נאר די אימעיל און וועבסייד ווערזשאן, מיר ווילן דאס זאל זיין אויפגעארבעט און דאס ווילן מיר וויסן.
צו הערן קאמענטס אויף די געדריקטע חומר פליעס טשעק מיט די חברה אין רעסטוראנט אדער אין כולל אדער אויפן גאס.

לייב · March 10, 2011 at 5:41 PM

מנחם זיי נישט אזוי ברוגז, אז דער בעל הבית וויל אונז נישט צושטעלן וואס ער שטעלט צו פאר די וואס קויפן עס אין די געשעפטן, שלינג עס אראפ, ער איז דאך פארט “בעל הבית”.

לאמיר ארויסנעמען דאס בעסטע וואס מען קען פון דעם מצב, אפשר קען איינער איבערטייפן אלע ארטיקלען אריין אין א קאמענט דא?….

admin · March 10, 2011 at 6:51 PM

ווער עס איז פאראינטערעסירט ארויסצוהעלפן מיט די הנהלת הפארום זאל ביטע זיך מעלדן דורך דא
http://balboos.com/contact/
זייט אויך מודיע מיט וועלכע ניק איר שרייבט יעצט.

Menasha · March 10, 2011 at 9:47 PM

מנחם קאלם דאון

→ פריערדיגער קומענדיגער ←