באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / מערץ 2011

שיריים פונעם רייכן פעטער…

סעריע: פון מיין אפיס פענסטער'ל · דורך: מתתי' גראס · וואך: ויקרא , תשע"א · בעל-בית נומער: 39 · דאטום: 2011-03-07
http://www.balboos.com/content/2011/03/שיריים-פונעם-רייכן-פעטער/ קאפיע אין ארכיוו

לעת עתה האבן מיר נאכנישט צוריקגעהערט צו דעם איגרת’ל וואס מיר האבן ארויסגעשיקט צום רייכן פעטער איבער די שפאלטענעס פונעם בעל בית איז שוין אנגעקומען צום ריכטיגן אדרעס. מיר האבן אבער באקומען א שיינע פאר קאמענטארן דערויף.

בעפאר מוז איך קלאר מאכן אז דאס וואס איז געשטאנען אונטערגעשריבן מיין נאמען אויפן בריוו איז געווען א טעות הבחור הזעצער, איך האב דעם בריוו נישט געשריבן, איך האב עס נאר ערהאלטן פון עימיצן, וואס האט מיך געשטעלט אלץ דער פאסט טרעגער עס צו טראגן צום ריכטיגן אדרעס. און איך האב עס טאקע דעליווערט דאס נענטסטע צום פעטער לויט מיינע מעגליכקייטן…

א עקספערט אינעם פעלד האט אונז אנגעוויזן אז יעדע פון די פעדאראלע פראגראמען האבן באזונדערע פארשריפטן, און צ.ב.ש. פוד סטעמפס איז מער גרינגער אין דעם הינזיכט פון האבן אייגענע פארמעגנס און דאך געניסן פון די בעניפיטן. פונדעסטוועגן זענען אונזערע טענות צום פעטער קאי וקיימא.

א חשוב’ע קאמענטירער אויפן אונליין פלאפטארמע “מנחם”, האט אנגעמערקט אויף א פראגראם וואס הייסט (FSS (FAMILY SELF SUFFICIENT וועלכע געט א געלעגנהייט “אויסצופרובירן” אראפצוגיין פונעם פעטער’ס געהאלט ביי סעקשאן 8, דורך דעם וואס מען געט זיך איין בעפאר’ן ארויפגיין מיטן אינקאם, און די גאווערמענט לייגט אריין אין א ספעציעלע אקאונט די געלט וואס מען פארדינט, און דערנאך קען מען ארויסנעמען די געלט לויט געוויסע פארשריפטן.

לויט ווי ער ערקלערט איז עס א פראגראם וועלכע איז נישט צו באקאנט צוליב דעם וואס די גאווערמענט פארדינט נישט דערפון גארנישט. מען דארף דאס אבער פארלאנגען ביים לאקאלן PHA.

מען קען זען מער אינפארמאציע איבער דעם אינעם פאלגענדן לינק

http://www.hud.gov/offices/pih/programs/hcv/fss.cfm#2

אן אנדערע קאמענט, אויך אויפן אונליין פלאטפארמע, האט צוגעצייכנט צו די פאלגענדע צוויי לינקס וועלכע וועלן טון די קאלקולאציעס, אויסצורעכענען וויפיל אייער סיטואציע ערלויבט אייך צו פארדינען און איר זאלט דאך קענען בלייבן אויפן פעטער פעיראל.

https://www.mybenefits.ny.gov/screening/ScreeningWelcome_input

https://apps.state.or.us/fsestimate/

און אצינד לאמיר רעדן צווישן פיר אויגן: וואלט דען נישט בעסער געווען ווען עס זאל זיין אזא פראגראם וואס זאל געבן געלט לויט פארקערטע פארשריפטן? ווי מער געלט איר פארדינט וועט איר באקומען מער געלט… גלייבט מיר איך וואלט דאן אנגעהויבן צו פארדינען געלט…

תגובות (1)

מנחם · March 7, 2011 at 7:25 AM

==תיקון טעות==
איך האב געשריבן צוליב דעם וואס די ”עדזשענסיס” פארדינען נישט דערפון.
די פאסטאיז געווען גע’בעיס’ד אז די פאגראמן גייען אדורך כמה וכמה עדזשענסיס און ‘דאס’ איז די פראבלעם.
דער פראגראם דארף ווערן אנגעפירט עקסטער דורך יעדן local pha און זיי זענען די וואס פארדינען נישט דערפון און זיי דארפן דיר דערציילן וועגן דעם…….

דא האט איר לינק צום באשרייבונג מיט אסאך וויכטיגע אינפארמאציע

http://www.balboos.com/content/2011/02/%d7%a8%d7%99%d7%99%d7%9b%d7%a2-%d7%a4%d7%a2%d7%98%d7%a2%d7%a8-%d7%90%d7%99%d7%9a-%d7%95%d7%95%d7%99%d7%9c-%d7%93%d7%99%d7%9a-%d7%90%d7%99%d7%99%d7%9f-%d7%a7%d7%a9%d7%99%d7%90-%d7%a4%d7%a8%d7%a2%d7%92/

→ פריערדיגער קומענדיגער ←