אסאך מענטשן ווייסן נישט אז ווארד האט אויך א מעגליכקייט צו סארטירן א ליסטע לויט די אלף בית אזוי ווי עקסעל.
סעלעקט אלע ווערטער און קליק אויף די Sort סימבאל (זע בילד).
עס איז אויך דא דארט פארשידענע מער פארגעשריטענע אפשענס.
אלעזר מענדל
אסאך מענטשן ווייסן נישט אז ווארד האט אויך א מעגליכקייט צו סארטירן א ליסטע לויט די אלף בית אזוי ווי עקסעל.
סעלעקט אלע ווערטער און קליק אויף די Sort סימבאל (זע בילד).
עס איז אויך דא דארט פארשידענע מער פארגעשריטענע אפשענס.
אלעזר מענדל
how do i set up Yiddish on my computer i have windows XP
Thanks ?
go to control panel – languages – format – select hebrew – apply – and thats it i hope i told u the right thing try it out and let me know
אויב ס’ארבער נישט וואס ר’ גימפל האט גע’עצה’ט, (ווי ס’וועט לכאורה זיין) גיי צו
all program> microsoft office> microsoft office tools> languge settings> edditing languages.
דארטן זאלסטו סעלעקטן היברו, און היידא, עס וועט גיין א רויך
===== המשך ====
פארגעס נישט צו דריקען ADD און ווען די זעסט עס אויף די רעכטע זייט, דריק OK
אינטער דאם איז דא די אפשען עס צו מאכן פאר DEFAULT אויב די ניצט כמעט נישט ענגליש,
זייער א גוטע טיפ, צו שנעל טוישן צווישן אידיש און ענגליש, אהין און צוריק
נו ווער ווייסט א שארטקאט,
נו לייב, לוזער מענדל, זרח, ועוד ועוד,,,,,,,
אקעי איך וועל אויסזאגן
SHIFT+ALT
דריקן צוזאמען ביטע, נישט ווי געווענדליך ווען מ’דריקט איינס נאכדעם די צווייטע
מנחם, מען קען רואיג דרוקן קודם ALT און דערנאך SHIFT. אויב דרוקט מען די רעכטע קנעפלעך (ד.ה. אויף די רעכטע זייט פון די קיבאורד) ווערט עס אידיש (פון “רעכטס” אויף לינקס), אויב דרוקט מען די לינקע קאמבינעישאן וועט עס ווערן ענגליש (פון “לינקס” אויף רעכטס).
סארי איך ניץ אייביג די לינקע זייט פון די קיבארד פאר אהין און צוריק. ביי מיר ארבעט עס נאר ווען איך דריק ביידע אויפאיינמאל.
שכח
איך מיין אז די רעכטע זייט ארבייט נישט און די לינקע ארבייט ביידע וועגן
איך האב וויסטא
לאמיך מאכן אביסל קלארער. עס זענען פאראן צוויי באזונדערע פונקציעס. איינס וואס טוישט פון ענגלישע צו אידישע אותיות אדער פארקערט, און איינס וואס טוישט פון לינקס אויף רעכטס אדער צוריק.
די ערשטע זאך, וואס טוישט בלויז די אותיות אבער נישט די דירעקציע, קען מען טוישן ווי אויבנדערמאנט מיט די רעכטע ALT מיט SHIFT פאר אידישע אותיות און די לינקע פאר ענגלישע.
אויב ווילט איר טוישן דירעקציע, פון רעכטס צו לינקס דרוקט מען די רעכטע “CONTROL” (אנשטאט ALT) און נאכדעם SHIFT, און פאר לינקס צו רעכטס דרוקט מען די לינקע קאמבינאציע.
דאס ארבעט סיי אין ווינדאוס XP, וויסטע, און 7. און אויף ווארד 97, 03, 07, און 10. און אין רוב אנדערע פראגראמען אין ווינדאוס.
סארי
עס ארבייט יא אבער דילינקע ארבייט פאר ביידע
איך האב געהאט בקבלה, און אזוי פיר איך מיר שוין יארן אז די לינקע זייט טוישט די שפראך.
יעצט זע איך טאקע אז די רעכטע טוישט אויך, אבער נאר צו היברו, נישט צו ענגליש (אויב ס’איז שוין ביי היברו און מען דריקט עס וועט גארנישט געשען)
וואס איז פשט? דוקא היברו האט א באזונדערע שארטקאט? האט דאך נישט קיין פשט, אפשר יעדע “רייט טא לעפט” שפראך?
וואס זאגסטו וועגן קאנטראל שיפט? וואס הייסט “דירעקציע”? ביי מיר טוישט עס גארנישט.
ביי מיר, אויב איך האלט אינמיטן שרייבן אידיש, געהעריג פון רעכטוס אויף לינקס, און איך דרוק דעם לינקן ALT מיט SHIFT, וועט זיך סך הכל טוישן צו ענגלישע אותיות, אבער עס וועט נאך אלץ פארן אויף דעם אידישן דירעקציע, ד.ה. פון רעכטס אויף לינקס. כדי צו טוישן די דירעקציע אויך פון לינקס אויף רעכטס, דארף מען מוסיף זיין נאך א פונקציע, און דאס איז “קאנטראל” מיט שיפט (די לינקע). וחילופיהן בגולם (רעכטע זייט פאר אידיש). פארשטייסטע שוין יעצטערט?
איך מיין אז איך בין נישט גענוג מסביר, לאמיר מוסיף זיין נאך אפאר ווערטער, אולא שקילנא הרמן ורשותא בבבי תרי ותלת.
קאנטראל שיפט טוט בעיקר אנשטעלן די עליינמענט (ALIGNMENT), דהיינו וואו די גראדע זייט זאל זיין. עס איז גענוי אזוי ווי איר דרוקט אויפן טאלבאר אויבן עס זאל זיין אליינט רעכטס, אדער לינקס, אדער סענטער, אדער גראד פון ביידע זייטן (דזשאסטיפייד).
איך האף אז אצינד בין איך קלארער.
דו רעדסט פון אליינמענט הייסט עס, זאג אזוי.
ברויך מען צו טשעקן אין ווארד דעמאלס וויזוי דאס ארבעט.
דאס אלעס לגבי די קאנטראל שיפט אישו.
די לינקע אלט שיפט אישו בלייבט פארוואלקענט
עפעס אזוי. אין אנדערע ווערטער, ווען איך וויל שרייבן אידיש, דארף איך גארנישט טון, בלויז דרוקן די רעכטע קאנטראל שיפט און רעכטע אלט שיפט. נישט סעלעקטן אידישע לענגוויטש אין די לענגוויטש באר ווי מאנכע פירן זיך, נישט טוישן אליינמענטס, איך דארף אפילו נישט אנרירן דעם טמא’נעם מייזל. וכן להיפך, ווען איך וויל ענגליש, טוה איך די זעלבע זאך אויף לינקס. ס’ארבעט א מחי’ זינט איך נוץ קאמפיוטערס.
וועגן די “פארוואלקענטע” לינקע אלט-שיפט אישו, אדרבה, פרוביר אליינס און זעה וואס עס פאסירט. טייפ אידיש, און דרוק לינקע אלט-שיפט, און טייפ ווייטער. זאג מיר וואס עס פאסירט.