באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פעברואר 2011

פרנסה פון זיין א פראגרעמר

סעריע: פרעג דעם עקספערט · דורך: admin · וואך: פקודי , תשע"א · בעל-בית נומער: 38 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/פרנסה-פון-זיין-א-פראגרעמר/ קאפיע אין ארכיוו

פארווארט

מיט גרויס פרייד שטעלן מיר פאר אונזער נייע קאלום “פרעג דעם עקספערט”. פון היינט אין ווייטער וועט איר קענען אריינשיקן שאלות געוואנדן צו איינע פון די פאלגענדע עקספערטן,
ר’ משה דוד ברייער
Atorny at Law
ר’ יואל קליין
Imediate Marketing
ר’ יוסף חיים קויפמאן
Kafman Tax and Accounting
ר’ שרגא שמילאוויטש
Microdivision -Yiddishtech
די שאלות וועלן געענטפערט ווערן אויף די זייטן פון די בעל בית.
שאלות זאלן געשיקט ווערן בלויז צו  ask@balboos.com
ביטע שרייבט ארויס אייער שאלה די קלארסטע וואס מעגליך, קארגט נישט קיין ווערטער, שרייבט צו וועם די שאלה איז געוואנדן, און ברענגטן ארויס אלע אייערע ספקות. שאלות וואס ווערן געשריבן אומקלאר אדער מיט פעלערדיגע אינפארמאציע וועט איגנארירט ווערן.
מיר  ארבעטן צו פארברייטערן אונזער עקספערטן פאנעל, אויב איר שפירט אז איר זענט קוואליפיצירט צו ענטפערן אויף סיי וואספארא נושא וואס קען מעגליך זיין אינטערעסאנט פארן ציבור, און דערביי ארויסהעלפן טויזענטער אידן ביטע שרייבט אונז צו mail@balboos.com .
מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן פון די נייע קאלום.
די פארוואלטונג

שאלה:
לוינט זיך נאך היינט פינאנציעל צו זיין א פראגרעמער?
ווי לאנג געדויערט צו ווערן אן ערפארענער פראגרעמער?
וועלכע שפראך איז די בעסטע זיך צו לערנען?
(-)
תשובה:
1) סאפטווער טעכנאלאגיע איז פון די גאר גוט גייענדע מארקעטס אפילו אין די היינטיגע עקאנאמישע מצב. נישט יעדער מאכט מיליאנען, אבער א געווענליך גוטער פראגראמירער קען מאכן שיין פרנסה היינט פון דעם.
2) פראגראמירן איז א טייל פון סאפטווער דעוועלאפמענט, צו ווערן א פארהעלטנסמעסיגער גוטער פראגראמירער געדויערט בערך דריי יאר, אן עקספערט פינף ביז זיבן יאר, א סאפטווער ארכיטעקט צען יאר.
3) ס’איז נישט קיין גרויסע חילוק די שפראך די חילוק איז פלאטפארמע אויף וואס מען פראגראמירט, מען קען שרייבן סאפטווער וואס לויפט אויף ווינדאוס, מ’קען שרייבן סאפטווער פאר די אינטערנעט, און פאר מאביל דיווייסעס. כ’האלט איז אינטערנעט און מאביל פראגרעמינג האט די מערסטע צוקונפט, צו שרייבן פאר די וועב זאל מען זיך צום ערשט לערנען HTML, CSS, Javascript, אז מען קען דאס, האט מען שוין א פארטיגע פרנסה בעזהשית. נאכדעם וועט מען שוין אליינס זען וואס ס’אלס דא צו קענען מער.
שרגא שמילאוויטש
Microdivision – Yiddishtech

תגובות (5)

מנחם · February 28, 2011 at 10:36 AM

לכ’ ר’ שרגא, עקספערט אוו פראגראמינג.
וואס האלט איר וועגן די ניי ערצייגטע GOOGLE וועבסייט http://www.appinventor.googlelabs.com
וואס כלומ’פערשט דארף איך קענען דארף ארויפגיין און דיזיינען די אנדרויד עפפ וואס פאלט מיר איין, איינס צוויי,
איז עס טאקע אזוי?

מנחם · February 28, 2011 at 10:46 PM

ר’ שרגא, עס איז שוין דורך 12 שעה זייט מיין שאלה. איר שלאפט טאקען אזוי לאנג?

luzer mendel · March 1, 2011 at 2:45 AM

עס איז דאך דא א ספעציעלע אימעיל אדרעס ווי צו שיקן שאלות.
איך מיין אז דו האלסט אויך נישט ביים שרייבן דא מיט דיין עכטע נאמען.

Yankev · March 2, 2011 at 4:58 PM

ווייסט איינער ווי מען קען זיך לערנען פראגרעמינג ??

בן בית · March 2, 2011 at 7:47 PM

Water Computers איך טו עם שטארק רעקאמענדן
http://www.watercomputers.com/

→ פריערדיגער קומענדיגער ←