באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / פעברואר 2011

איבערטון די זעלבע זאך אין עקסעל-שארטקאט

סעריע: טיפס · דורך: ליינער · וואך: ויקהל , תשע"א · בעל-בית נומער: 37 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/איבערטון-די-זעלבע-זאך-אין-עקסעל-שארטקא/ קאפיע אין ארכיוו

אין עקסעל מאכט זיך אפט אז מען טוט איבער די זעלבע זאך אסאך מאל. ווי אויסמעקן שורות, היילייטן סעלעקטעד טעקסט, וכדומה.
עס איז דא א פשוטע שארטקאט וואס וועט איבערחזרן די זאך וואס איר האט נארוואס געטון, די F4 קנעפל! למשל צו היילייטען נאכאמאל מיט א געוויסע קאליר, וכדומה, סעלעקט די נייע טעקסט און דריק F4.

אלעזר מענדל

תגובות (81)

מנחם · February 21, 2011 at 5:01 PM

ביי PASTE ארבעט עס נישט, וואס איז די פשט?

luzer mendel · February 21, 2011 at 5:15 PM

קענטסט דאך נוצן קאנטראל V

מנחם · February 21, 2011 at 5:26 PM

דאס ווייס איך דאך

מנחם · February 21, 2011 at 5:27 PM

אדער רייט קליק די מאוז

מנחם · February 21, 2011 at 5:29 PM

כ’הא מיך נישט גוט אויסגעדרוקט, עס ארבייט יא אבער נאר איינמאל, משא”כ רייט קליק און פעיסט ארבעט אסאך מאל

luzer mendel · February 21, 2011 at 6:08 PM

ctrl V
ארבעט נאר איינמאל?
אדער F4

זרח · February 21, 2011 at 6:10 PM

קאנטראל V ארבייט אסאך מאל נאר F4 ארבייט איין מאל ביי פעיסט מה שאין כן ביי אנדערע זאכן ארבייט עס אפילו מער ווי איין מאל
וראה זה פלא……

מנחם · February 21, 2011 at 6:25 PM

זרח, פיין מסביר געווען, איך הייער דיך פאר מיין מתורגמן.
אינטער די באאקס………

luzer mendel · February 21, 2011 at 6:28 PM

ווייסעך נישט, אבער למעשה קען מען דאך נוצן קאנטראל V, נישט אזוי?

קיינער האט מיר נאכנישט גראטולירט אז מיין נאמען איז פאראייביגט געווארן אין די בעל בית די וואך.
אויב איר האט נישט אינאכט גענומען, די טיפ איז מיינס.

מנחם · February 21, 2011 at 6:36 PM

איך האב אלעס אינאכט גענומען. איך פארשטיי נאר נישט ווי אזוי דאס ארבעט. וויזוי באקומט מען א קעסטל?

זרח · February 21, 2011 at 6:49 PM

מנחם אונטער די באאקס קען מען נעמען א רעיס עיין בדעת בעל בית….

זרח · February 21, 2011 at 7:02 PM

אלעזר מענדל מזל טוב

זייער א פיינע טיפ איך האב באמת הנאה דערפון איך ניץ אסאך עקסעל און דאס וועט מיר זייער צוניצקומען

יישר כח
ישר כח
נאכאמאל אלע צוזאמען
יישר כח

ומאן הקריאה יוצאת פאר אלע וואס האבן גיטע טיפס ביטע טוט אזוי ווי אלעזר מענדל און זייטס מהנה דעם עולם

זרח · February 21, 2011 at 7:05 PM

איך וועל שוין מקיים פסק זיין און ארויסגעבן סודות קען זיין אז מען ווייסט עס אבער פאר מיר איז עס געווען א חידוש
קאנטראל מיט ף (;) לייגט אריין די היינטיגע דעיט עס קומט זייער ציניץ ובפרט ווען מען לייגט אריין אפאר מאל די דעיט אויף איין מאל

מנחם · February 21, 2011 at 8:08 PM

ר’ לוזער מענדל איך גראטולירט דיך אויפן שענסטן און העכסטן אויפן. ביטע ענטפער אויף מיין תמימות’דיגע שאלה, וויזוי באקומט מען א קעסטל אין בעל בית?

מנחם · February 21, 2011 at 11:30 PM

סא דער עולם דארף עקסעל שארטקאטס אין פיעטשערס, נא פראבלעם. איך ניץ הינדערטער ץ
שארטקאטס א טאג, העכסטענס וועל איך אנהייבן פיטערן דעם עולם.
דא האט איר איינס פארן אנהויב.
ווען איר האט אסאך ווארקשיטס אין איין ווארקבוק און איר ווילט אלע מאדיפייען מיט די זעלבע סעטינגס, דארפט איר נישט עס טוען ביי יעדע שיט עקסטער. לייגט די מאוז ביי איין שיט אינטען ווי עס שטייט די טעב נאמען, רייט קליק, קליקט ‘סעלעקט אל שיטס’ יעצט וועלן אלע זיין היילייטעט, טוט וואס איר האט צי טוען דערנאך קליקט אויף עני טעב וועט עס צוריקגיין צו עקסטערע שיטס.
עס ארבעט נישט ממש אויף אלע סעטינגס, איז לאז דאס איבער פאר א חידה. לאמיר זעהן ווער קען אויסגעפונען אויף וואס ס’ארבעט נישט.
נו לייב……
נו לוזער מענדל……
אבער שטילערהייט ביטע, נישט אויפוועקן אינזער אלטער פריינט אהרן יאסל, ער שלאפט ערגעץ ווי אין די הרי אררט…..

מנחם · February 22, 2011 at 11:01 AM

אנשטאט צו שטיין דא אגאנצן טאג און טייפן עקסל שארטקאטס און פיעטשערס, האב איך באשלאסן אייך צו געבן צוויי לינקס דארט וועט איר אלעס טרעפן, און יא, אויכעט לוזער מענדל’ס F4

http://office.microsoft.com/en-us/excel-help/excel-shortcut-and-function-keys-HP001111659.aspx

http://www.shortcutworld.com/en/win/Excel_2007.html

אבער לוזער מענדל, איך ווארט נאך אויף דיין תשובה ווי אזוי מ’באקומט א קעסטל אין בעל הבית

זרח · February 22, 2011 at 11:02 AM

מנחם וואס איז מיט מיר איך בין אויך בארעכטיגט?

מנחם · February 22, 2011 at 11:05 AM

יא זרח, כל הכבוד,
ווי אזוי געפעלט דיר די 2 לינקס? איז נאך דא חידושים?

זרח · February 22, 2011 at 11:07 AM

איך האלט נאך אינמיטן אויספיגערן וועלכע עס ארבייט נישט איך מיין אז איך האב עס גיב מיר איין מינוטקעלע

זרח · February 22, 2011 at 11:08 AM

גאט איט א טעבל קען מען נישט אריינלייגן
גערעכט?

זרח · February 22, 2011 at 11:11 AM

מנחם יא מעיד מייי דעי איך האב שוין וואס צו טוהן פאר די נעקסטע פאר שעה דאס איז מוראדיג

מנחם · February 22, 2011 at 11:12 AM

יא דאס איז אמת, אבער דאס איז אביסל מער פשוט, ווייל די קענסט דאך נישט לייגן א חפצא אין די ליפט עס דארף האבן ווי חל צו זיין,
אבער איך מיין בעיקר אין די PAGE SETUP חלק, וואס איך האב ערווענט אז ס’קען זייער צוניצקומען, דארטן איז דא צוויי זאכן וואס ארבעטן נישט

זרח · February 22, 2011 at 11:19 AM

קודם זע איך אז איך רעד צום פראפעסער וואלט איך דיך געוואלט פרעגן אויב עס איז שייך ווען מען פרינט פון עקסעל 2 פעידזשעס אז עס זאל ארויסקומען די העדדער אויף ביידע פעידזשעס?

זרח · February 22, 2011 at 11:21 AM

אקעי!!!!!!!!!!
פריז פעין ארבייט נישט!

מנחם · February 22, 2011 at 11:23 AM

יא יא די האסט עס, יא וואן די פרייז!
די צווייטע איז רילעיטעט צי דיין QUESTION זעהט אויס וועגן דעם טרעפסט עס נישט

זרח · February 22, 2011 at 11:23 AM

און וואס טוט זיך מיט לוזער מענדל? לייב?

זרח · February 22, 2011 at 11:29 AM

פרינט עריע איז נישט אוועליבל
וואס האט עס מיט מין קושיא?

מנחם · February 22, 2011 at 11:32 AM

די העדער קען מען אנשטעלן יעדע שיט עקטער, קענסט מאכן יעדע שיט א צווייטע העדער,
קענסט אויך מאכן יעדע שיט די זעלבע העדער, אדער יעדע שיט זיין נאמען פאר די העדער, אדער א קאמבינעשאן פון אפאר אפשענס,
יעצט האלט קאפ
ווען די קליקסט ”סעלעקט אלל שיטס” קענסטו מאכן אלעס אויפאיינמאל פאר די זעלבע העדער, לויט אלע אפשענס וואס כ’האב יעצט דערמאנט,
אויסער…………..
די אפשען פון REPEAT ROWS AT TOP אדער COLUMNS TO REPEAT AT LEFT קען מען נישט,

איך זעה יעצט אין אימעיל אז די רעדסט פון פרינט אריע, דאס איז אויך פארשטענדליך ווייל ווי אזוי קענסטו אנשטעלן א זאך וואס די קענסט ניטאמאל סעלעקטן?

לוזער מענדל האט פארפאסט,
לייב זעהט אויס איז צוריק איינגעשלאפן, וועט זיך אויפוועקן נעקסטע וואך און זאגן אז יעדער איז געשלאפן………

זרח · February 22, 2011 at 11:35 AM

א שאד אהרן יאסל האט זיך געלייגט שלאפן אפשר ער וואלט עפעס מחדש געווען

אהרן יאסל · February 22, 2011 at 11:36 AM

איך שלאף שוין גארנישט, אמאל האב איך מער הנאה פון שטיין אין דער זייט און מיטהאלטן ווי נייע מיטגלידער נעמען איבער דאס רעדל פאר א וויילע.

אבער באמת, איז מיר דער גאנצער שמועס נישט נוגע, ווייל איך ארבעט אויף סטיוו זשאבס’ מעקאינטאש, סאו קען איך על פי רוב ביי די אלע געשפרעכן נישט נעמען קיין טייל.

מנחם · February 22, 2011 at 11:36 AM

זרח, אלעס שטימט?

מנחם · February 22, 2011 at 11:37 AM

אוי אוי אוי, למה תתן לזר כחך? מ’קען דאך אזויפיל אויפטוען אויף ביל געיטס’ פראדוקטן

זרח · February 22, 2011 at 11:51 AM

אוודאי שטימט עס איך כאפ עס נאר נישט
וואס עס מיינט די אפשען פון REPEAT ROWS AT TOP אדער COLUMNS TO REPEAT AT LEFT ביטע לאז מיר ווויסן
ישר כח

מנחם · February 22, 2011 at 11:58 AM

אוי זרח, דאס איז דאך אזא וויכטיגע זאך אויב די ניצט טאקע אסאך עקסעל, א שאד האסט נישט געוואוסט דערפון

תא חזי

אויב די האסט אין די ערשטע ROW אדער COLUMN א שורה וואס די ווילסט דאס זאל זיין אויף יעדע פעיזדש, למשל, עס שטייט די ווערטער, NAME. TEL. ADDRESS. וכדו’ אין די ערשטע שורה, אדער סיי וואס, און אזוי אויך סיי וויפיל שורות די פיעלסט פאר וויכטיג, סיי ראוס סיי קאלומס, ווען די פרינטסט אסאך פעיזדשעס ווילסט דאך אז ווען איינער ליינט עס זאל ער וויסן וואס די שורה דארף זיין א טעל אדער פעקס נומבער, נישט דארפון צוריקמישן צום ערשטן בלאט און אריינקוועטשן די גלעזער צו קענען אויסגעפונען וואס דאס איז,
בעיקר ווען עס קומט צו נאמבערס איז עס ממש א מאסט

זרח · February 22, 2011 at 1:02 PM

און ווי שטעלט מען עס אן? ביי פרינט אפשענס?

זרח · February 22, 2011 at 1:04 PM

איך זע עס נישט דארט סא ווי יא?

מנחם · February 22, 2011 at 1:07 PM

PAGE LAYOUT> PAGE SETUP> ‘SHEET’ TAB

זרח · February 22, 2011 at 1:16 PM

יישר כח איי ריעלי עפרישיעט איט

מנחם · February 22, 2011 at 1:18 PM

יא אר וועלקאם,

פון היינט און ווייטער, עני שאלה, פרעג, מיר האפן צו ענטפערן,

אויב בין איך אנטשלאפן פון דא, שיקט צו,
askmenachem@gmail.com

זרח · February 22, 2011 at 1:52 PM

איך האף אז די וועסט נישט מיעד ווערן

לייב · February 22, 2011 at 2:07 PM

אויב פון ווען איך גיי ארויס פון אפיס ביז ווען איך קום צוריק דעם קומענדיגן טאג שרייט מען שוין אז איך בין איינגעשלאפן, טא זאגט מיר, ווען זאל איך באמת שלאפן? איר מיינט אז איך קען אויף זיין יעדן טאג פיר און צוואנציג שעה. איך דארף שלאפן!

און מנחם, קאנגראטולעישאן’ס!!! פון היינט און ווייטער קאסע דיך גוט אונטער ווייל איך וועל דיר אזאנס באגיסן מיט שאלות איבער עקסעל (איך טרייב אביסל איבער, יעצט אויפן מאמענט בין איך נישט פארנומען מיט עקסעל שיט’ס, אבער זיי נישט באזארגט די שאלות וועלן עווענטועל נאכקומען), אז דו קענסט יא זאלסט מוחל זיין אויסזאגן אלע סודות פון חדר.

מנחם · February 22, 2011 at 2:14 PM

הננו

מנחם · February 22, 2011 at 2:20 PM

===========חידה===================

ווי אזוי קען מען פרינטן CELL COMMENTS אין עקסעל?
און וואספארא אפשענס איז אלס דא ווי אזוי עס צו פרינטן?

זרח · February 22, 2011 at 3:05 PM

מנחם די האסט מיר אבער שוין אויסגעזאגט פריער בשוגג דעם סוד
דארט ווי מען שטעלט אן REPEAT ROWS AT TOP

מנחם · February 22, 2011 at 3:12 PM

פארפאלן, מיר האבן דא א קלוגען זרח, קיפ איט אן!

luzer mendel · February 22, 2011 at 3:17 PM

קודם כל, איך בין נישט אזוי באהאווענט מיט עקסעל, איך נוץ נאר פון צייט צו צייט צו האלטן אינפא, און די F4 טיפ איז מיר שטארק צוניצגעקומען.
א קעסטל באקומט מען דורך אריינשיקן א אימעיל צו די חברה און שרייבן אז דאס איז פאר עצה טובה, עס דארף אבער זיין קורץ געשריבן ווייל דאס איז דאך די ציל דערפון, א קורצע טיפ.
איך האב שוין אריינגעשיקט דריי, זיי האבן צוויי אפגעווארפן ווייל ס’געווען צו לאנג.
נאכן אריינשיקן דארף מען זאגן עטליכע קאפיטלען תהלים אז עס זאל מוצא חן זיין, און דערנאך גארטעלט מען זיך אן מיט בטחון און מען ווארט…

מנחם · February 22, 2011 at 3:19 PM

יישר כח

מנחם · February 22, 2011 at 3:20 PM

ר’ זרח, די ווייסט אפשר אויף וואס די ‘פרינט סעל עררארס’ אפשען איז? אויב נישט פרעג’זדשע.

לייב · February 22, 2011 at 3:20 PM

גראדע מנחם האב איך זיך אוועקגעלייגט דיין אי-מעיל, מיט די צוויי לינק’ס, אמאל ווען איך וועל האבן צייט און איך וועל דארפן עפעס מאכן אויף עקסעל וועל איך זיך אריבערכאפן, און אויב עפעס וועט מיר נאך שווער בלייבן, וועל איך פרעגן, און איך האף אז צווישן מנחם און זרח, וועל איך מיט עפעס ארויסקומען.

זרח · February 22, 2011 at 3:50 PM

נא זאגשע

מנחם · February 22, 2011 at 3:59 PM

הננו מוכן ומזומן לקיים מצות אל תמנע טוב מבעליו, וכונתי לייחד…………. לשם יחוד……………..

ווען די האסט עררארס אין א סעל פאר סיי וואספארא סיבה, למשל ווען די מאכסט אן עווערעזדש פאנקשאן אויף א RANGE באט א חלק דערפון, וואס די דארפסט יעצט נישט, איז זירא, וועט ארויפקומען אין די סעל אן ‘ערראר’ אדער N/A אדער עפעס אנדערשט, ווען די פרינטס די פעיזדש וועט זיך עס אויך פרינטן, קען מען סעלעקטן די אפשענס ווי אזוי עס זאל זיך פרינטן, דהיינו אדער ליידיג, אדער 0 אדער ——-.

פארשטאנטא?

זרח · February 23, 2011 at 11:28 AM

יאפס נישט אזוי שווער

בן בית · February 23, 2011 at 2:51 PM

מנחם!! העללא!! REPEAT ROWS AT TOP ווי איך פארשטיי איז נאר ביי פרינטען, איז דא א וועג די ערשטע שורה זאל מיט פארן ווען מ’סקראָלט אראפ א פיעזש?

מנחם · February 23, 2011 at 3:02 PM

SURE פארדעם איז דאך געמאכט FREEZE PANE , קענסט סעלעקטן 3 אפשענס,

FREEZE PANES
TOP ROW
FIRST COLUMN

אין עקסעל 07 אויב די היילייטסט סיי וועלעכע סעל און קליקסט ‘פריז פעין’ וועט עס פריזן ביי יענע סעל אין די לענג און אין די ברייט

אויסער דעם קען מען מאכן ‘ספליט ווינדאוס’ וואס איז שוין אן אריכות, אבער אויב מ’דארף עס איז עס מורא’דיג ניצבאר

בן בית · February 23, 2011 at 3:17 PM

יישר כח איך האב שוין געמאכט ביי מיר, ממש א מחי’.
כ’זעה נישט די אריכות כ’האב עס גלייך געכאפט

יישר יישר כח

נאכעמאל יישר כח

מנחם · February 23, 2011 at 3:27 PM

אודאי געכאפט, מיט אזא גוט קעפל ווי דיר ווער קען זיך פארמעסטן.
IMAGINE איך דארף מסביר זיין פאר א תם קאפ ווי אזוי און פארוואס מ’מאכט SPLIT WINDOWS, איך וואלט עס געטוען אבער ס’וואלט מיר געקאסט אביסל אידיש שווייס……

luzer mendel · February 23, 2011 at 4:24 PM

מנחם
די אפציע פון פריזען פעינס דורך היילייטן א סעל איז שוין געווען פאר עקסעל 07 און פאר 03 אויך

מנחם · February 23, 2011 at 4:28 PM

נישט אין די סעל פאר ביידע אויפאמאל, לענג און ברייט, ודו”ק

luzer mendel · February 23, 2011 at 5:18 PM

איך רעד גראדע יא פון איין סעל אויף איין מאל לענג און ברייט

מנחם · February 23, 2011 at 5:22 PM

זאל זיין אזוי

זרח · February 24, 2011 at 12:40 PM

גיט מארגן מנחם
וויאזוי מאכט מען העדערס אן א טעיבל דאס איז נאר דורך פריז פעין אדער קען מען מאכן העדערס אן דעם אויך?

מנחם · February 24, 2011 at 12:44 PM

שטאטעלעך זרח, העדערס און פריז פעין, די זענען צוויי זאכן,
העדערס איז ווען ס’פרינט, פריז פעין איז ווען מ’האט עס אפען,
ביטע זיי בעסער מסביר וואס די מיינסט ‘העדערס אן א טעבל’

אה אה יעצט כאפ איך, מיינסט אפשר צו פרעגן ווי אזוי מ’מאכט בכלל העדערס?

זרח · February 24, 2011 at 12:47 PM

יא נישט צו פרינטען נאר פשוט אז ער זאל וויסן אז די אויבערשטע שורה איז א העדער
צו פרינטן האסטו שוין געשריבו אויבן וואס מען דארף טוהן

מנחם · February 24, 2011 at 12:51 PM

לויט ווי איך פארשטיי ווילסטו א צווייטער זאל וויסן א ס’איז א העדער, דאס איז פשוט, מאך עס באלט, אדער אנדערליינד, אדער עניטינג עלס,
אפשר ווילסטו עקסעל זאל וויסן אז ס’איז א העדער? אין רוב פאנקשאנס אין עקסעל וועט ער אליין באטראכטן די ערשטע ליין אלס א העדער,
אויב האב איך נאכאלץ נישט געכאפט וואס די מיינסט, ביטע לאז וויסן,
ידידך, מנחם

זרח · February 24, 2011 at 12:55 PM

קודם איז עס נוגע וווען איך מאך מעיל מערדזש און ווארד מיט א עקסעל שיעט דעמאלטס וויל איך אז ער זאל כאפן אז עס איז א העדדער
און אויסער דעם איז עס נוגע ווען איך ויל אריינטייפן א סעל וועלכע סעל עס איז גייט עס אייביג מיט די עי בי סי און נאמבערס איז עס שייך צו מאכן מיט אייגענע העדערס?

לייב · February 24, 2011 at 12:57 PM

ביי SORT איז דא א אפציע צו מאכן א טשעק אין א קעסטל צו דיין DATA האט העדער’ס.

סעלעקט די גאנצע טעיבל, און גיי צו קאסטום סארט, וועסטו זען די אפשען (מאך זיכער ביי די סארט אפשען’ס פאר די דריקסט אקעי, אז ער סארט נישט דעם SHEET אנדערש ווי דו דארפסט עס).

לייב · February 24, 2011 at 12:58 PM

אויב סעלעקסטו אז דיין טעבל האט העדער’ס ווערט אויטאמאטיש די אויבערשטע שורה קאנסידערט אלץ א העדער.

מנחם · February 24, 2011 at 1:00 PM

ווען די מאכסט מעיל מערזדש, דארפסטו דאך סעלעקטן די רענזדש אף סעלס, סא דאס איז די איינציגסטע וועג.

די נאמען פון די ראס און קאלאמס צי טוישן פון עקסעל’ס עי. בי.סי. און נאמבערס צו עפעס אנדערשט, דאס קען מען נישט, לפי ידעתי.

לייב · February 24, 2011 at 1:03 PM

און לפי ידיעתי, און לויט מיין ערפארונג, קען מען יא. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן.

מנחם · February 24, 2011 at 1:09 PM

עס זעהט מיר נישט אויס ווי לייב און מיר פארשטייען זרח’ס שאלה אויף די זעלבע וועג.

זרח פרעגט,
וויאזוי מאכט מען העדערס ‘אן’ א טעיבל?
דערנאך איז מסביר,
‘פשוט אז ער זאל וויסן אז די אויבערשטע שורה איז א העדער’

פון דעם פארשטיי איך אז די שאלה איז אלס ‘אן’ א טעבל נישט ‘אין’ טעבל, עס זעהט אויס ווי לייב פארשטייט אז מ’רעדט ‘אין’ א טעבל,

ר’ זרח, איר לעבט נאך? איר קענט אפשר קלאר מאכן די תוס’ און מהרש”א דא?

מנחם · February 24, 2011 at 1:14 PM

ר’ זרח,
לויט ווי איך פארשטיי ‘טייפסטו’ אריין וועלעכע סעל ס’איז, איך פיר מיך אן אנדערע, גרינגערע וועג, קליק דעם סעל, יא, קענסט קליקן דעם סעל וואס די ווילסט טשוזען, אפשר ווייסטו דערפון, אבער ס’שאד נישט צו זאגן,

לייב · February 24, 2011 at 1:31 PM

וואס מיינסטו מנחם מיט “אן” א טעבל, אדער “אין” א טעבל, איז נישט יעדער עקסעל שיט אויטאמאטיש אזוי ווי א טעבל (איך ווייס אז מען קען אריינלייגן א טעבל אין א שיט, אבער די שיט אליינס ארבעט אביסל ווי א טעבל), וואס האסטו פארשטאנען פון וואספארא סארט העדער’ס רעדט מען? נישט אז די אויבערשטע שורה זאל ווערן קאנסידערט ווי א העדער פאר דעם גאנצן שיט?

זרח · February 24, 2011 at 3:53 PM

אנטשולדיגט מנחם און לייב מיין אינטערנעט האט נישט קאאפארירט מיט מיר אפשר פאר דעם האסטו אויך א עצה….?
מנחם פארשטיייט בעסער די קושיא לייב איך האף אז די ביסט נישט ברוגז
דאס אז איעדע שיעט איז אטאמאטיש א טעיבל איז טאקע אמת אבער עס איז דא פיל חילוקים צווישן א עקסעל טעיבל און ווען מען אינסערט א טעיבל נישט אזוי מנחם?
ווען מען אינסערט א טעיבל קען מען מאכן העדערס דאס איז פשוט.
מיין שאלה איז געווען אפילו ווען מען מאכט נישט קייין טעיבל צו מען קען דאס טוהן
בייי מעיל מערדזש איז עס נישט צו סאך נוגע ווייל זיי פארשטייען אייביג אז די אויבערשטע שורה איז א העדדער און מען קען עס נישט אריינלייגן און די מעיל מערדזש
(ווען מען סעלעקט א עקסעל ווארק באק פאר מעיל מערדזש פרעגגן זיי דעמאלטס וועלכע שיעט מען וויל
איז דארטן ביי די לינקע זייט אונטן איז דא קליינע אותיות אז די אויבערטע איז א העדדער און אויב וויל מען די אויבערשטע אויך ארייננעמען דארף מען אראפנעמען די טשעק)
מיין עיקר שאלה איז צו טוישן די נאמען פון א סעל און דאס איז נישט שייך בייא טעיבל

בן בית · February 24, 2011 at 7:37 PM

איך בין פארגאפט ווי מנחם זעט אויס האט געלערנט עקסעל דורך און דורך מן הסתם פאר אפאר טאלער און דא איז ער גרייט יעדעם צו ענטפערן כפי בחינתו ללא תשלום גמיל וללא כבוד! WOW

בן בית · February 24, 2011 at 7:39 PM

כ’האב געמיינט נאך אפאר שאלה’ס וואס די וועסט ענטפערן קורץ וועסטוו שרייבן פאר מער גיי דיך לערנען ביי א פראפעשענאל,,, מנחם! האסט אינז סורפרייזד!!!

מנחם · February 24, 2011 at 8:09 PM

בן בית, כ’האב הנאה אז די פרעגסט די שאלה.
1) דאס פראווט וואס איך טענה שוין לאנג, אז מ’וויל עפעס קענען דארף מען זיך גיין לערנען.
2) אזןוי ווי איך וויל דאך אלץ העלפן מיינע אידישע ברידער וועל איךזייער גערן אויסזאגן ווי אזוי איך האב עס געלערנט.
מתחילה האב איך אנגעהויבן מיט די פראגראם proffesor teaches וואס האט גראדע אויך אויף אסאך אנדערע פראגראמס אויכעט. דארט האב איך געלערנד די בעסיקס.
נאכדעם דארף מען וויסן אז עס איז נישט מעגליך ‘אלעס’ צו לערנען, בפרט אין עקסל וואס איזעמוק עמוק, מ’דארף טוען, אזוי לערנט מען זיך צי מעלה צעלה.
פאר עדווענס האב איך געניצט א קאמבינעשאן פון בוקס און וועבסייטס לויט וואס כ’האב געפיעלא פאר ניצבאר.
איין זייער גוטע בוק איז excel bible.
איין בוק איז excel f1
וועב סייט mr. Excel
וועב סייט exceltips
בכלל איז וויכטיג צו וויסן די מערסטע לערנט מען דורך טוען. אפאר וואכן צוריק איז דא געווען איינער וואס האט געוואלט זיך אויסלערנען פארקויפן אנליין און געדארפט איינער ער זאל קענען צודריקן צום ןואנט ביז ער מאכט געלט, ער ארבעט נישט, מ’דארף טוען. די זעלבע, און נאכמער, איז אין עקסעל, איך ארבעט שוין א שיינע פאר יאר אויף דעם פראגראם און איך טוע דערויף גאר וויכטיגע אנאליסיס פאר די קאמפעני ווי איך ארבעט, סא איז נישט קיין וואונדער פארוואס איך קען דאס, אלעס מיט כח וואס דער בוכ”ע גיט אריין.
אבער זייט וויסן מיר האבן נאכנישט אנגערירט עקסעל עדווענס דא. ווי געזאגט עס איז עמוק עמוק במילא לאז איך פרעגן און מיט די הילף פון בוכ”ע וועלמיר העלפן אידן.

מנחם · February 24, 2011 at 8:15 PM

יא, די וויכטיגסטע איז, נישט דורך גיין צי א טייערע קורס, וואס זאגט צו אז ביז פיר וואכן זענט איר אן עקסעל גורא, וועט איר קענען עקסעל, נאר דורך ארבעטן דערויף און זיין דעדיקעיטעט דערצי, און זיכן ענטפערס פאר אייערע שאלות, וועט איר קענען.

לייב · February 25, 2011 at 11:14 AM

מיר האט זיך גראדע געדאכט אז די העלפ וואס מייקראסאפט אפיס שטעלט צו (אין די העלפ מעניו), איז גאנץ קלאר און גאנץ גרינטליך (אויב מען פארשטייט נאר די קאמפליצירטע ווערטער וואס איז דא דארט), איז דאס נישט ריכטיג?

בן בית · February 25, 2011 at 1:28 PM

אין אפיס העלפ F1 איז זייער שווער אויסצופיגערן וועלעכע ווארט צו זיכן צו טרעפן די ענטפער אויף די שאלה וואס מ’וויל וויסן

מנחם · February 25, 2011 at 1:35 PM

אפאר שעה צוריק האב איך דא געשריבן א קאמענט מיר א שיינע פאר לינקס איבער עקסעל העלפ, עס איז ערגעץ ווי פארשווינדן ווי אין וואסער אריין,
ז.וו.ז. איר קענט סיערטשן אנליין פאר די טערמס וועט איר טרעפן אלע לינקס
mr. excel
exceltip
microsoft excel tutoriels
excel bible
spreadtsheets.about.com

בן בית · February 25, 2011 at 1:42 PM

ס’איז נישט פארשווינדן , ס’איז דא!
ס’איז נאר נישט געפארמעט אלץ לינק.

….איין זייער גוטע בוק איז excel bible.
איין בוק איז excel f1
וועב סייט mr. Excel
וועב סייט exceltips
בכלל איז וויכטיג………..

→ פריערדיגער קומענדיגער ←