באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / יאנואר 2011

ארויפגיין א פאלדער

סעריע: טיפס · דורך: ליינער · וואך: בא , תשע"א · בעל-בית נומער: 31 · דאטום: 2011-01-03
http://www.balboos.com/content/2011/01/ארויפגיין-א-פאלדער/ קאפיע אין ארכיוו

ביז ווינדאוס וויסטא פלעגט זיין א ספעציעלע אייקאן אין די פייל עקספלארער, ארויפצוגיין איין פאלדער (זע בילד) אין ווינדאוס וויסטא און 7 איז אבער די זייער ניצליכע אייקאן פארשווינדען.
מען קען אנשטאט דעם ניצן די קיבארד שארטקאט Alt און די Up Arrow צוזאמען וואס וועט טון גענוי די זעלבע פעולה.
י. איזיקוביץ,  בלגיה

תגובות (6)

לייב · January 3, 2011 at 2:14 PM

עס איז דא פיל א לייכטערע עצה, מען דרוקט Backspace.
פונקט ווי ענטער עפנט אויף די פאלדער אדער די פייל, אזוי גייט בעקספעיס צוריק ארויס און מאכט צו די פאלדער (א פייל מאכט עס נישט צו …).

שמעלקא · January 3, 2011 at 5:05 PM

BACKSPACE איז טאקע גרינגער, אבער דאס איז אנשטאט די BACK באטאן, נישט אנשטאט די UP.

Anonymous · January 3, 2011 at 7:46 PM

ביי מיר ארבעט נישט די שארטקאט.

יענקל יענקל · January 4, 2011 at 11:52 AM

ביי מיר אויך נישט.

שמעלקא טייערער, ווי ביזטו?

שמעלקא · January 4, 2011 at 1:19 PM

איך האב נישט געגעבן די עצה און איך ווייס נישט…

יוחנן שיף · January 5, 2011 at 1:11 AM

אזוי ווי שמעלקא האט שוין געשריבן, BACKSPACE איז די BACK קנעפל, און עס איז נישט קיין גרויסע אויפטו, ווייל אין ווינדאוס וויסטא און אין 7 איז דא די BACK אייקאן סיי ווי, די UP אייקאן איז בכלל נישטא
.
די UP שארטקאט האט א מעלה, ווייל עס נעמט דיר צו די העכערע פאלדער אפילו ווען מען איז נישט קודם דארט געווען, BACK נעמט דיר צוריק ווי דו ביזט פריער געווען, אזוי ווי די BACK קנעפל אין די בראוזער.

אגב, BACKSPACE איז א פיינע שארטקאט, און עס ארבעט אין די בראוזער אויך, איך ניץ עס אלץ, און איז גרינג צו געדענקן.

דו וואס זאגן אז עס ארבעא נישט, מעגליך אז איר זענט געווען אין די DESKTOP פאלדער, דאס איז די העכסטע פאלדער, ממילא איז נישט שייך צו גיין העכער.

→ פריערדיגער קומענדיגער ←