באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / יאנואר 2011

קיבאורד שארטקאטס – א

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: ליינער · וואך: תרומה , תשע"א · בעל-בית נומער: 35 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/קיבאורד-שארטקאטס-א/ קאפיע אין ארכיוו

צי ווייסט איר וויפיל פונקציעס איר קענט טון בלויז מיטן דרוקן קנעפלעך אויף אייער קיבאורד?
ווען איר ניצט אייער קיבארד אנשטאט די מייזעל, וועט איר ארבעטן שנעלער און גרינגער, עס איז טאקע אביסל שווער זיך איינצוחזר’ן, אבער עס צאלט זיך אויס כפל כפלים.
זייער אסאך פון די שארטקאטס זענען יוניווערסאל, דאס הייסט עס איז אנגענומען ביי רוב פראגרעמס און אפערעטינג סיסטעמס, און איימאל איר קענט עס, וועט איר עס קענען ניצן סיי ווי.
וויכטיג: רוב שארטקאטס ארבעטן ביי א מעק אויך, נאר אנשטאט CTRL דריקט מען Cmd און אנשטאט Alt ניצט מען Opt.
לאמיר נעמען דעם “קאנטראל” קנעפל אויפן קיבארד. אחוץ די געווענליכע קאמבינאציעס פון
CTRL+X פאר קאט (שניידן)
CTRL+C פאר קאפיען,
CTRL+V צו פעיסטן,
אויף וואס נאך נוצט איר עס? עס קען זיין א געוואלדיגע הילף אויף מערערע פלעצער. רוב זענען נישט באוואוסט.
CTRL+Z איז “אנדו”, דהיינו “נישט טון”. חרטה האבן אויף וואס מען האט געטון. אויב האט איר “חרטה” אויף אייער חרטה, דהיינו איר האט צב”ש אויסגעמעקט מיטן “אנדו” עפעס וואס איר ווילט האבן צוריק, דרוקט מען
CTRL+Y,
דאס ברענגט צוריק וואס “אנדו” האט אויסגעמעקט עס ווערט אנגערופען “רידו” (דאס קען מען טון מערערע מאל, דהיינו איך האב חרטה אויף די לעצטע 10 זאכן וואס איך האב געמאכט).
וויכטיג צו באמערקן: בעיקר מייקראסאפט ניצט CTRL+Y. רוב אנדערע פראגרעמס צב”ש אלע אדאבי פראגרעמס, ניצן
CTRL+SHIFT+Z אנשטאט CTRL + Y. און אזוי אויך די מעק ניצט Cmd+Shift+Z.
CTRL+A טוט סעלעקטן אלעס, אין א דאקומענט איז עס ווערטער, אדער קען עס זיין פיילס אין עקספלארער וכדומה.
CTRL+S סעיווט א אפענע פייל.
CTRL+P  טוט פרינטן.
CTRL+B איז “באָלד” (דיקערע אותיות),
CTRL+U איז “אנדערליין”,
CTRL+I איז איטאליק.
CTRL+F וועט אויפברענגען “פיינד”, ד.ה. זוך א ווארט וכדו’.
צו זען הילף דריקט די F1 קנעפל.
די אלע פונקציעס ארבעטן כמעט איבעראל’, וואו ס’איז שייך. (ד.ה. פארשטייסט אליין אז ווען דו ביסט אין פראגראם פון בילדער, קענסטו נישט דרוקן קאנטראל+I צו מאכן דעם בילד איטאליק, דאס איז בלויז ביי אותיות).
המשך יבא אי”ה.

אנדערע חלקים פון די ארטיקל

  1. קיבאורד שארטקאטס - א (This post)

תגובות (14)

מנחם · January 31, 2011 at 1:31 PM

ווי דער עולם ווייסט שוין מן הסתם, בין איך א שטארקער android פען. טא דא האט איר קי-בארד שארט קאטס פאר אנדרויד
בליקט דא
http://phandroid.com/2011/01/28/too-many-e-mails-on-your-android-gmail-alias-tricks/

מנחם · January 31, 2011 at 1:36 PM
Anonymous · January 31, 2011 at 3:10 PM

this is a very simple thing to learn always when you bring you mouce near the icon it will show how you can do it with a ctrl for ex. when you bring your mouce above the “save” icon it will show you that you can do it with ctrl s ,

בן בית · February 3, 2011 at 2:58 PM

ווייסט איינער אפשר א שורטקוט צו דיווייס מענעזשער אדער דיסק מענעזשמענט? איך ניץ עס זייער אסאך. יישר כח!

שמעלקא · February 3, 2011 at 4:59 PM

בן בית,

וועלכע ווערסיע אין ווינדאוס נוצטו?

בן בית · February 3, 2011 at 5:02 PM

XP

מנחם · February 3, 2011 at 5:46 PM

for device manager it seems that you’ll be better off using a desktop shortcut
to create your shortcut, click here
http://www.annoyances.org/exec/show/article01-420
remember to save it to desktop. after-wards give it a nice new icon.
you do that by right clicking on the icon and click properties, then change icon, then choose.

שמעלקא · February 3, 2011 at 5:47 PM
שמעלקא · February 3, 2011 at 5:48 PM

איך זעה אז מנחם האט מיר שוין אויסגעכאפט, קע”ה מנחם, דו ביסט זייער אקטיוו דא. ייש”כ פאר אלע דיינע אינפארמאציע!

מנחם · February 3, 2011 at 6:18 PM

נא פראבלעם שמעלקא,
טובים השנים מן האחד,
שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד,
על פי שני עדים יקים דבר,

בן בית · February 3, 2011 at 7:16 PM

יישר כחכם!!!!!!!!!!

אל יחר אף אדוני ואדברה אך הפעם קאמפיוטער מענעזשמענט וויסט איר אויך? כ’האב געטרייט צו זיכן אין די זעלבע סייט ללא תוצאות. יישר כחכם!

מנחם · February 3, 2011 at 7:36 PM
מנחם · February 3, 2011 at 7:39 PM
מנחם · February 3, 2011 at 10:20 PM

איך האב שוין אפאר מאל גענטפערט, באט מאיזה סיבה שהוא גייט עס נישט ארויף, קען זיין שפעטער וועט אלעס ארויפקומען,
בליקט דא,
http://www.theeldergeek.com/add_computer_management_to_desktop.htm

→ פריערדיגער קומענדיגער ←