זרח
ער שרייבט דאך א לינק צו די פראגראם, אז דו קענסט שרייבן קאמענטס האסטו דאך אינטערנעט עקסעס. די נאמען איז
Auslogics Duplicate File Finder
אוודאי איז דא פארשידענע פראגרעמס וואס טוען די זעלבע זאך, מסתמא האט ער א גוטע עקספיריענס מיט דעם, איך גלייך אלץ צו הערן א רעקאמענדעשן פאר איך אינסטול א נייע פראגראם, קענסט קיינמאל נישט וויסן וועלכע פראגראם וועט דיר פארהארגענען די קאמפיוטער, אדער וועט נאר ערגער מאכן.
בכלל, איך האב בכלל נישט געוויסט אז עס איז דא אזא מין פראגראם, ממילא דאס אליין איז מיר שוין א חידוש, עס איז א אינטערעסאנטע איידיע, למעשה גלייב איך נישט אז איך האב דאפעלטע פיילס, אפשר וועל איך שפעטער פרובירן, און רעפארטען די רעזאלטס.