שאלה:
איך האב זיך אריינגעלאזט אין טייפסעטינג, און איך וויל האבן א ביזנעס אז איך זאל קענען נעמען קרעדיט קארד’ס פון מענטשן און אז איך זאל קענען איינגעבן ביי די שטאט (מעדיקעיד, טעקס ריטורן וכדו’) פון וואו איך מאך מיין געלט, איך וויל אז די אינקאם פון די ביזנעס זאל ווערן גערעכנט אלץ מיין פרעזענליכע אינקאם וועלכע סארט קארפארעישאן איז די בעסטע פארדעם.
ו.ב.
ענטפער:
פון אייער בריוו קוקט אויס ווי מען רעדט נישט פון א גרויסע ביזנעס וואס וועט אריינברענגען הונדערטער טויזענטער דאלער א יאר – עכ”פ נישט גלייך ביים אנפאנג. נאר פון א ארבייט וואס וועט ברענגען פרנסה פאר איין מענטש, בערך וויפיל עס איז נארמאל די מינימום פאר איין מענטש צו פארדינען א יאר
אין אזא פאל, וואס די פארדינסטן זענען בערך, אדער אביסל מער, ווי די סכום וואס איר ווילט פארדינען א יאר. איז לכאורה די בעסטע מהלך צו פיילן א DBA און נישט צו שאפן א קארפארעישאן.
דערנאך עפענען א באנק אקאונט אויף די ביזנעס נאמען, און האלטן אפגעזונדערט די ביזנעס פינאנצן פון די אייגענע.
המשך קומט אי”ה