באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / דעצעמבער 2010

ביזנעס קריעטיוויטעט

סעריע: ביזנעס קריעטיוויטעט · דורך: ה. פוקס · וואך: ויחי , תשע"א · בעל-בית נומער: 29 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/ביזנעס-קריעטיוויטעט/ קאפיע אין ארכיוו

א ליינער האט אונז אריינגעשיקט א געניאלער בייפאל פון א איד אין בארא פארק וועלכע גייט ארום צו געשעפטן און שלאגט זיי פאר בחינם צו פארבעסערן און פארשענערן די “רעדזשיסטער” פונעם געשעפט.
ער לייגט ארויף א גאנצע פלאסטישע געבוי וועלכע איז זייער באקוועם פארן מוכר, און אויף די זייט פון די קאסטומער לייגט ער ארויף אפאר צדקה פושקעס וואס קאסטומער ווארפן דארט אריין די איבריגע טשעינדזש.
מן הסתם באקומט ער פון די מוסדות א פראצענט פון די הכנסות, אבער די בייפאל איז נישט אוועקצומאכן, עס איז א זה נהנה וזה נהנה. די  רעדזשיסטער באקומט א פראפעסיאנאלע אויסזען. און מען איז מזכה מענטשן מיט צדקה.
זעהט בילדער.

תגובות (10)

David · December 13, 2010 at 8:47 AM

פארוואס וויזט איר נישט אלע בילדער אויך אונליין?

Bilke · December 13, 2010 at 11:02 AM

מיין טאטע פלעגט זאגן: א בייפאל פון א אידעלע

שלום · December 13, 2010 at 2:34 PM

איך האב אים שוין גענוצט עטליכע מאל. ער דרייט זיך אסאך ארום מיט א פייגעלע…

זיין נאמען איז אלי מארקאוויטש, און זיינע נומערן זענען:
(718) 692-3533
(917) 690-0504
(718) 758-1732

גאלד · December 13, 2010 at 2:50 PM

וואס מיינסטו צו זאגן אז ער דרייט זיך מיט א פייגעלע? און פארווס האסטו אים גענוצט?

שלום · December 13, 2010 at 3:07 PM

ער האט א פאפוגיי (literally)
איך האב אים גענוצט פאר ריטעיל

Anonymous · December 16, 2010 at 11:27 PM

די פראבלעם איז אבער אז ער נעמט זיך אויס א תנאי (ער פראבירט די בעסטע וואס ער קען נישט אלעמאל געלאנגט עס אים) אז מען זאל נישט לייגן קיין אנדערע פושקעס חוץ זיינע. (אויב ער קען נישט פוילען איז עכ”פ היפש נידריגער פון די פישקעס, און ער נעמט 45% פאר זיך, מער ווי אלע אנדערע, אדרבה פרעגט זיך נאך).

משה · December 17, 2010 at 12:22 PM

Anonymous, איך מיין נישט דיך פערסאנעל. אבער קומט זיך א אינגערמאן וואס קיינער קקען אים נישט, און זיצט במחתרת אויפן קאמפיוטער, און ער לאזט זיך וואויל גיין אויפן חשבון פון א מענטש וואס מען האט דא ארויסגעלייגט אין פאבליק?

איך רעד נישט פון דעם אז איך זעה נישט קיין שום חסרון אין די וועג וויאזוי ער טוט ביזנעס, אבער דאס איז לכאורה א דעטאל וואס ער וואלט נישט געוואלט אז מען זאל דאס זען אין פאבליק. מיט וואספארא היתר קומסטו דא האקן א פריוואטע אומשילדיגע מענטש?

א א · December 17, 2010 at 1:27 PM

דאכט זיך אז אסאך פאנד רעזארס און קאלעקטארס מאכן %45

א א · December 17, 2010 at 1:32 PM

און וואס איז די חסרון אז מען נעמט זיך אויס נישט צו לייגן אנדערע? ער געט דיך דאך עפעס בחנם, פארוואס זאל מען זיך נישט קענען אויסנעמען אז מען זאל עס ניצן נאר פאר זיינע זאכן?

שלום · December 17, 2010 at 2:24 PM

גערעכט! You get something, you give something…

→ פריערדיגער קומענדיגער ←