באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / נאוועמבער 2010

DB Eloctronics עד

סעריע: עד פון די וואך · דורך: ה. פוקס · וואך: תולדות , תשע"א · בעל-בית נומער: 24 · דאטום: 2010-11-01
http://www.balboos.com/content/2010/11/db-eloctronics-עד/ קאפיע אין ארכיוו

דער פאלגענדער עד פון DB Electronics דיזיינט דורך mastercraft אין לעיקוואוד צייכנט זיך שטארק אויס מיט די ערשטע צוויי פאקטארן.

1) מעסעדזש. די מעסעדזש פונעם עד איז גלייך פארשטענדליך אן דארפן צולייגן קיין מחשבה.

2) אויסשטעל. די אבייעקטן אינעם עד ליגן הערליך פלאצירט, און שטימט מיט די כללים פון אויסשטעל און טייפאגראפיע.

[בילד: נישט געראטעוועט]

—-
איר קענט אריינשיקן עדס וואס פארדינט -לויט אייך- דער טיטול “עד פון די וואך” און מיר וועלן דאס נעמען אין באטראכט. שיקט אריין צו adofweek@balboos.com

תגובות (10)

יידל · November 1, 2010 at 9:05 AM

איך מיין אז מען קען רואיג זאגן אז עס גייט אריין אין קאטאגאריע 4 “אויסשטעל” פאר די עד’ס קלינע אינטערפעס, און אקיסטאקראטישער אויסשטעל.

קאראהוד · November 1, 2010 at 9:54 AM

דער ווארט כלה אין גרויס, און מיט א שיינע פאנט, און נאך דערצו א קלאר בילד, ברענגט גיט ארויס זייער מעסעדזש, זיי סערווירן די כלה מיט אפלייענסעס.
נ.ב. איך ווייס נישט צו דא איז דער פלאץ דאס צו דיסקאסען, אבער די סימבאל פון זייער געשעפט, קומט עפעס נישט אריין דא בכלל, נישט כלה’דיג, נישט אפלייענס’דיג, נישט עלעקטראניק’דיג וכדו’, כ’קען באשטיין צו הערן פונעם דעזיינער פונעם סימבאל, א פשט. א דאנק

שמואל יונה · November 1, 2010 at 10:10 AM

מן הסתם ווילן זיי ווייזן אז זיי זענען באזירט אויף “פעקעדזשעס” – כלומר אז עס איז א דעפארטמענט סטאר וואס מען קען אלעס קויפן דארט.

למעשה קען זיין עס איז א כל בו, אבער נאר אין עלעקטאראניקס. ביסטו גערעכט אז עס ברענגט נישט ארויס דאס.

איך גלייך אויך דעם עד. שיין

יענקל יענקל · November 1, 2010 at 12:42 PM

עס איז א שיינע קלאסישע עד, באט נאטינג מעיזשאר אבאוט איט.

כ’זע נישט ס’זאל זיין עפעס זעלטן רייסעריש, און מ’זאל זיך אפשטעלן דערויף, און געבן א זאג: וואו, אזוי ווי די פאריגע עד פון זשי ענד זשי, וואס האט יעדן איבערגעלאזט שפראכלאז פאר א וויילע. יעדער האט — אינמיטן דעם בלעטערן געלויף — אראפגענומען א מינוט צו באטראכטן דעם צונויפשטעל, און געגעבן א טראכט: א גוטער עד!

פאריגע וואך אליינס איז געווען אין די צייטונגען הערליכע אויגפארכאפנדע עדס, וואס לדעתי איז עס פיל שענער און ארויסשטייענדיג ווי די איצטיגע, וואס איז א סטאנדארט שיינע עד, אלזא זע איך נישט וואס דאס גרויסע יחסנות איז דא.

נעמט למשל די עד פון טשורטשיל פורניטשור פון קלעסיק דעזיין, און איר וועט משוגע ווערן.

יידל · November 1, 2010 at 12:58 PM

יענקל יענקל, איך גלייב אז די וואך האט ער געוואלט ארויסברענגען פאקטארן איינס אין צוויי. די טשורטשיל פורניטשער עד באלאנגט מער אין קאטאגאריע פיר.

יענקל יענקל · November 1, 2010 at 1:46 PM

כ’וואלט געוואלט איינער זאל אהערברענגן דעם עד פון טשורטשיל מיט’ן גרויסן טרעילער. אוי וועט עטץ שפרינגען!

גרעפיק · November 1, 2010 at 1:51 PM

יענקל, סקוקט אויס ווי דו ביסט נאנט דערצו, קענסטו דאך עס ברענגען…

סתם אזוי האב איך הנאה אז מען האט אויסגעקליבן א לעיקוואודער עד, איך בין שוין בארד יעדע וואך צו זען אין די היימישע צייטונגען בערך די זעלבע סטייל.

Bla Bla · November 1, 2010 at 2:00 PM

יענקל יענקל, (נאך אברהם פריד’ס אלבוים?)…

ווען טשוירטשל זאל צאלן די פרייז וואס DB Electronics האט באצאלט פארן בע”ב וועט מען עס ארויפלייגן.

יענקל יענקל · November 1, 2010 at 2:37 PM

העי, סטאפ איט! כ’זאג אייך צו אז כ’האב נישט קיין שום שייכות נישט מיט טשורטשיל און נישט מיט’ן עד-דעזיינער, אויב עפעס איז נאר קאמפעטישן פאר מיר…

זיין עד האט מיר פשוט געכאפט דאס אויג, און ווען סקומט איינעם קרעדיט, קומט אים.

עס איז געווען נאך שיינע עדס, פון מידיא אן די גאו פאר עפעס א ברויט קאמפאני, אבער יענץ איז נישט אויסגעהאלטן לויט די ערשטע כללים דא, פון זאגן אין אן אויגן בליק פון וואס ס’רעדט זיך דא, נישט מ’זאל דארפן ארומזוכן.

איך האב ניקס דעם פי די עף, ווייל ווי געזאגט האב איך דערמיט נישט קיין שייכות.

Menasha · November 3, 2010 at 9:28 AM

Its a nice ad

→ פריערדיגער קומענדיגער ←