ווען מען רעדט פון קריעטיוויטי ווי קען מען ארויסלאזן דעם הייליגן יום טוב חנוכה?
באמת וואלט איך אריינגעלייגט אזויפיל אספעקטן פון דעם יום טוב חנוכה זעלבסט אינעם קריעטיוון קאטאגאריע, אנגעהויבן פונעם דריידל מיט די נ’ג’ה’ש’ ראשי תיבות וואס יעדע פאמיליע באשלוסט פאר זיך די ריכטיגע אפטייטש פון די אותיות ביים שפילן דריידל, און ווייטער ביים צינדן חנוכה לעכט וואס עס זענען פארהאן אן א שיעור אינטערסאנטע וועגן וויאזוי אנצוגרייטן, צינדן און זינגן ביי די חנוכה לעכט, און געענדיגט ביי די – להבדיל – די חנוכה פארברענגען סעודות, וואס איך וועל נישט דא אראפלייגן פון וועלכע ערפינדונגען מען רעדט אלץ. פשוט נישט צו מישן רוחניות מיט גשמיות.
מיר אין אמעריקא זעטיגן זיך אן יערליך בעפאר’ן יום טוב חנוכה מיט די רייע ערפינדונגען פונעם נר מצוה פירמע. פאראיאר איז עס געווען די פרישע “טיימער” פאר די אומגעדולדיגע וועלכע ווילן זיך אויפשטעלן פון די חנוכה לעכט עסן די לאטקעס גלייך ווען עס ענדיגט זיך די האלבע שעה. באגלייט מיט א קליינע קאנע אוועקצולייגן די מותר השמן והפתילות.
מענטשן וואונדערן זיך יערליך “מיט וואס נאך קען מען אויפקומען”? מען רעדט דא אויבנאויף פון א “לעכטל פירמע” וואס דארף צו מאכן נר שעוה פאר שבת און יארצייטן, אבער דאס קריעטיוויטעט קומט ארויס מיט’ן פולן פראכט, א מעין המתגבר פון פרישע בייפעלער יערליך. אלע ערליי גלעזער, אייזענעס און קנויטן פאר וועלכע מנהג עס זאל זיך נאר נישט אנגלוסטן. און פראדוקטן וועלכע זענען נעבן די קאטאגאריע “לעכט” קיינמאל נישט געשטאנען.
*
איך האב זיך אבער באגעגנט מיט א קאמפיין פון א שמן זית פירמע אין ארץ ישראל מיטן נאמען “טעמן” וועלכע איז געגאנגען א טריט ווייטער מיטן קריעטיוויטעט, און זיי לייגן אראפ בעפאר חנוכה ריזיגע שמן זית פלעשער ביי פארשידענע צענטערן צו אדווערטייזן זייער פראדוקט. די רעדע איז פון פאפירענע פלעשער וועלכע קוקן אויס ווי עכט. פון אן אדווערטייזינג קוק ווינקל איז עס שטארק קריעטיוו.
בקשה פון די רעדאקציע:
דער קאלום פון ה’. פוקס איז געצילט צו הייבן ביזנעסער און געלונגענע ערפינדונגען, כדי זיך אפצולערנען דערפון. מיר ניצן פאר דעם צוועק אמת’דיגע ביזנעסער וואס געהערן צו אידן.
כאטש עס איז זייער מעגליך אז איר זענט מחולק מיט די ספעציפישע אויסוואל, בעטן מיר אייך דאס נישט ארויסצוברענגען אויף א נעגאטיווע אופן, ווייל אפילו איר זענט טאקע אנאנים, איז דער מדובר נישט.
די רעדאקציע וועט זיין געצווינגען צו פאררעכטן אדער גענצליך אפמעקן קאמענטארן וועלכע קומען נישט נאך דעם פארלאנג.
מיט פארשטענדעניש