באלעבאס — בעל-בית ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט / נאוועמבער 2010

עדן עד

סעריע: עד פון די וואך · דורך: ה. פוקס · וואך: וישלח , תשע"א · בעל-בית נומער: 26 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/עדן-עד/ קאפיע אין ארכיוו

די פאלגענדע עד פון די פירמע eden דעזיינט דורך papermasters צייכנט זיך גאר שטארק אויס מיטן מעסעדזש.
א קאסטומער וועלכע נעמט די ערשטע זאך אין באטראכט כשרות, רעדן די ווערטער אויבן אויפן עד גאר שטארק, און ווען עס איז באגלייט מיט עכטע בילדער איז עס א דבר השלם. “פאר אייך איז עס א פינף מינוט’יגע סייד-דיש, פאר אונזערע משגיחים איז עס א פול טיים ארבעט”….
[בילד: נישט געראטעוועט]
—-
איר קענט אריינשיקן עדס וואס פארדינט -לויט אייך- דער טיטול “עד פון די וואך” און מיר וועלן דאס נעמען אין באטראכט. שיקט אריין צו adofweek@balboos.com

תגובות (8)

mier · November 15, 2010 at 9:10 AM

the message is clear but graphicwise it looks a little to busy it needs some more empty space, the green color is a little to heavy for the eyes

שלום משה · November 15, 2010 at 10:29 AM

מאיר, האסט א פוינט. אבער מען דארף פארשטיין אז א עד דארף נישט זיין שיין און נישט ציענד, א עד דארף סך הכל ברענגען געלט פארן פירמע! אויב דארף עס לכבוד דעם זיין א ליידיגע פעידזש אן קיין ווערטער דעמאלטץ דארף מען טון דאס. און די זעלבע פארקערט, אויב דארף עס זיין אנגעפילט מיט קליינע טעקסט, דארף מען דאס טון.

דער עד איז לכאורה די מערסטע “עפעקטיוו” אין דעם ענין פון ברענגען געלט פארן פירמע – אין קאנטראסט פון אלע אנדערע אויסדערוועלטע עדס פון ביז יעצט.

ווייניגער מענטשן שטעלן זיך אפ ביי אזא סארט עד? גאנץ מעגליך. אבער צו וועם עס שטעלט זיך אפ און ליינט עס, איז דאס ברור כשמש, עס מאכט אים קלערן אז מען אינוועסטירט דא שטארק אין כשרות, און ער ווייסט אז נעקסטע מאל ער גייט אין גראסערי וועט ער קוקן אין די שעלף’ס צו עס זענען דא די פראדוקטן פון די פירמע.

Leib · November 15, 2010 at 2:40 PM

מען זעט אז ר’ שלום משה האט קיינמאל נישט געטון אין גרעפיק’ס וכדו’.
מען קען מאכן מער ספעיס און א שוואכערע קאליר, אן ארויסלאזן גארנישט פון דעם עד. איך האלט אויך אז דער עד איז צו אנגעפאטשקעט. צו טונקל. און די בילדער (וואס רעדן טאקע זייער שארף און קלאר) און דער קעפל וואלט געמעגט אביסל מער כאפן דעם אויג.
פון מיין קוק ווינקל האט דער עד נישט קיין שום זאך אויף זיך (אויסער דער מעסעדזש וואס דער קעפל האט, וואס דאס האט “גארנישט” צוטון מיטן אויסשטעל פונם עד, און די בילדער וואס רעדן טאקע ווערטער אבער זענען בכלל נישט עפעס אויסטערליש שיין אויסגעשטעלט) וואס עס זאל צוליב דעם ווערט זיין צו באקומען דעם טיטל וואס ער האט דא באקומען, ואתכם הסליחה.

שלום משה · November 15, 2010 at 3:28 PM

לייב, דער פאקט איז אז די חשש פון בדיקת תולעים פארנעמט היינט א גרויס ארט ביי פרויען ביים גיין איינקויפן געפאקטע פרוכט און גרינצייג, זיי ווייסן פון אלע הלכות – מער ווי מענער, זעה די מעלות יעדע חודש ווי עס פארנעמט א שטארקע חשיבות ביי פרויען (ברוך השם!), און דאס איז זייער הויפט דאגה ווען עס קומט צו איינקויפן אזאלכע סארט פראדוקטן.

יעצט זיי מוחל רעד נישט פון קיין זייטיגע זאכן צו איך טוה יא אין גרעפיקס צו נישט, איז דער עד serving it’s purpose? אדער נישט? מסביר צו זיין אז א זאך האט נישט קיין חשש תולעים קען מען נישט מיט שיינע אויג-סטרייקנדע בילדער, מען דארף רעדן צום זאך און ערקלערן פארוואס ביסטו אנדערש ווי אנדערע. קענסט נישט פארקויפן לאקשן פאר אידישע מאמעס וועלכע ציטערן פון חשש תולעים! אזא זאך פארלאנגט כמעט נישט קיין מורא’דיגע גרעפיקס. עס פארלאנגט “רעדן קלאר און אפען”.

בין איך נישט גענוג קלאר?

משה בראך ב"פ · November 15, 2010 at 9:07 PM

איך בין נישט קיין גראפיקער בכלל, אבער אזויפיל קען איך זאגן אז די עד קוקט אויס ווי א עד פון 15 יאר צוריק. דעמאלס האבן רוב עדס אויסגעקוקט אזוי.
אבער נישטא וואס צו רעדן, עס איז א שטארקע מעסעדזש, און עס האט מיר געמאכט טראכטן.

Leib · November 16, 2010 at 12:33 PM

אנטשולדיגט ר’ שלום משה, ביזט גערעכט, איך האב נישט אינאכט גענומען אז דער עד האט באקומען דעם טיטל בלויז צוליב דעם שטארקייט פונם מעסעדזש וואס עס גיבט איבער.
איך האב עס באטראכט פון דעם גראפישן חלק.
אבער פארט האסטו מיר נישט אינגאנצן ריכטיג פארשטאנען ווייל איך האב געזאגט אז דער עד וואלט געקענט זיין פיל בעסער אויסגעשטעלט “אן דארפן טוישן קיין איין טראפ דעם מעסעדזש”, און דאן וואלט עס מן הסתם געצויגן דעם אויג פון פיל מער מענטשן.

Mier · November 16, 2010 at 2:26 PM

.This ad looks like it was sold on an antique show….. very not attractive

ריפליי · November 16, 2010 at 9:56 PM

מאיר, שטעל זיך פאר אלץ גרעפיק דעזיינער, פון דעם עד צו פון אנדערע, און איינער שרייבט אזוי אויף דיין עד, וויאזוי געפעלט דיר דאס? איך מיין אז מיר זענען דא צו בויען אידישע ביזנעסער. נישט פארקערט. לכו והתפרנסו זה מזה.

איך האלט די אדמיניסטראציע זאל דאס אינאכט נעמען

→ פריערדיגער קומענדיגער ←